יעקב יוסף הערמאן
געבורט |
1880 סלוצק |
---|---|
טויט |
1967 (אלט 87 בערך) ירושלים, ישראל |
מדינה | רוסלענדישע אימפעריע |
קבורה ארט | הר המנוחות |
לערנארט | ישיבת רבינו יצחק אלחנן |
יעקב יוסף הערמאַן (ענגליש: Yaakov Yosef Herman; ה'תר"ם, סלוצק - ה'תשכ"ז, ירושלים) איז געווען א חרדישער אמעריקאנער ייד און א פיאנער פון פון חרדישע יידנטום אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע. ער איז געווען באוואוסט ווי א גרויסער מכניס אורח, און האט געהיטן כשרות און יידישקייט שטרענג אין א תקופה ווען רוב יידן האבן נישט געהאלטן דערביי. רבי ברוך בער פון קאמעניץ האט אים גערופן דעם "חפץ חיים פון אמעריקע".
זיין טאכטער רוחמה שיין האט געשריבן זיין ביאגראפיע אין דעם בוך אלץ פארן בעל-הבית.
הכנסת אורחים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הערמאן איז געווען א גרויסער מכניס אורח. א סך גרויסע רבנים פון אייראפע זענען געווען אורחים ביי משפחת הערמאן ווען זיי האבן באזוכט די פאראייניגטע שטאטן. צווישן זיי זענען געווען רבי ברוך בער לייבאוויץ, ראש ישיבה אין קאמעניץ, און זיין איידעם רבי ראובן גראזאווסקי, וואס איז געשטאנען ביי די הערמאנס צוויי יאר;[1][2] רבי אליעזר יהודה פינקל, מירער ראש ישיבה;[3] רבי אברהם קאלמאנאוויטש;[3] און רבי אליהו אליעזר דעסלער.[4]
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Shain 1984, p. 65.
- ↑ Freund, Rabbi Tuvia (2010). 'He Was All Torah': The visit that left an impression on American Jewry. Hamodia. דערגרייכט דעם 25סטן מערץ 2012.
- ↑ a b Shain 1984, p. 58.
- ↑ Rosenblum 2000, p. 120.
מקורות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Brog, Rabbi Shmuel (2002), "Remembering Rav Avigdor Miller", in Wolpin, Rabbi Nisson, Torah Leaders: A treasury of biographical sketches, New York: Mesorah Publications Ltd., מוסטער:Citation/identifier
- Finkelman, Shimon (1991). Shabbos. Mesorah Publications. ISBN 0899066011. (אויף ענגליש)
- Rosenblum, Yonason (2000). Rav Dessler: The life and impact of Rabbi Eliyahu Eliezer Dessler the Michtav m'Eliyahu. Mesorah Publications. ISBN 1578195063. (אויף ענגליש)
- Shain, Ruchoma (1984). All For The Boss: An affectionate family chronicle of Yaakov Yosef Herman, a Torah pioneer in America. Feldheim Publishers. ISBN 0-87306-346-5.
- Silber, David (2002). Noble Lives, Noble Deeds. Mesorah Publications. ISBN 1578195861.
- Teller, Hanoch (1992). Give Peace A Stance: Stories and advice on promoting and maintaining peace. Feldheim. ISBN 1881939006.