יצחק הוטנער
הרב יצחק הוטנער ביי דער פורים סעודה אין ישיבת רבינו חיים בערלין | |
געבורט |
1906 ווארשע, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
28 נאוועמבער 1980 (אלט 74 בערך) ירושלים, ישראל |
קבורה ארט | יידישע בית עולם פון הר הזיתים |
לערנארט | חברונער ישיבה |
תלמידים | אהרן ליכטנשטיין |
צאצאים | ברוריה דייוויד |
רבי יצחק אייזיק הוטנער (תרס״ו–תש״ם) איז געווען דער גרינדער און ראש ישיבה פון חיים בערלין אין פלעטבוש, ברוקלין, ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן די אמעריקאנער תורה וועלט.
ער איז געבוירן אין ווארשע, פוילן אין יאר ה'תרס"ו. ער האט געלערנט אין סלאבאדקע, וואו מ'האט אים גערופן "דער ווארשעווער עילוי".
ער האט געהאט א געוואלדיגע פירערשאפט פאליטיק אפילו געווארן א חסיד און געפירט טישן. מיט קבלה תורות.
רבי הוטנער איז געווען א מיטגליד אין דער אמעריקאנער מועצת גדולי התורה.
ער האט גרויס געמאכט לכתחילה הרב אביגדור מילער אלס זיין צווייטער אין קאמענד צו פירן די ישיבה, אבער דאס קנאות פון רבי אביגדור נישט צו דערלאזן לערנען ענגלישע לימודי חול פון די עלטערע בחורים האט צושיידט זייערע וועגן. דער איידעם פון רב הוטנער און היינטיגער ראש ישיבה איז טאקע נישט געקומען צו ר' אביגדורס לוויה.
זיינע תלמידים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- נאוואמינסקער רבי
- רבי שלמה פרייפעלד
- רבי אהרן שעכטער. דער ממלא מקום.
- רבי יונתן דייוויד, א פוסק (זיין איידעם)
- רבי אהרן ליכטנשטיין, ראש ישיבה אין הר עציון ישיבה
- רבי פינחס סטאלפער פונעם ארטאדאקסישן פארבאנד און גרינדער פון ניקסי
- רבי נח וויינבערג, גרינדער פון אש התורה