נח וויינבערג
מראה
געבורט |
16 פעברואר 1930 ה'תר"ץ לאוער איסט סייד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
5 פעברואר 2009 (אלט 78) י"א שבט ה'תשס"ט ירושלים |
קבורה ארט | הר המנוחות |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
רבי ישראל נח וויינבערג (ה'תר"ץ - י"א שבט ה'תשס"ט) איז דער גרינדער און אנפירער פון די ישיבות אור שמח און אש התורה מיט פילאליעס איבער דער גארער וועלט.[1] ער איז געווען א זון פון הרב מתתיהו וויינבערג און איילה הינדא (לארבערבוים).
הרב נח וויינבערג איז געווען אַ תלמיד פון מתיבתא רבינו חיים בערלין, אונטער הגאון רבי יצחק הוטנער זצ״ל, מחבר פון די ספרים ״פּחד יצחק״. שפעטער האָט ער געלערנט אין דער ״נר ישראל״ ישיבה אין באָלטימאָר, ביי הגאון רבי יעקב יצחק רודערמאַן. נאָך הרב רודערמאַן, האָט הרב נח וויינבערג טאַקע געלערנט ביי זיין עלטערן ברודער הרב שמואל יעקב וויינבערג, אן איידעם פון הרב רודערמאן.[1]
רבי נח וויינבערג האט געשריבן 48 וועגן צו חכמה.[2]
ער איז נפטר געווארן י"א שבט תשס"ט און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ a b הספד
- ↑ 48 וועגן צו חכמה