פעלדהיים

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
פעלדהיים אויסגאבע פון משניות

פעלדהיים איז א פארלאג פון ספרים און יידישע ביכער, הויפטקווארטירט אין ניו יארק.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פעלדהיים פארלאג איז געגרינדעט געווארן אין 1939 דורף פיליפ פעלדהיים, א דייטשער ייד וואס איז אנטלאפן פון נאצי דייטשלאנד יענע יאר און האט זיך באזעצט אין וואשינגטאן הייטס, ניו יארק, אין דעם געגנט פון קהל עדת ישורן, דער בית המדרש וואס הרב יוסף ברויער (1882-1980), אויך א פליט פון דייטשלאנד, האט געגרינדעט. פעלדהיים האט געעפנט א קליינעם ספרים געשעפט אויפן לאוער איסט סייד. זעענדיק אז ס'איז פאראן א נאכפרעג פאר יידישער ליטעראטור, האט ער געעפנט א פארלאג מיטן נאמען "פיליפ פעלדהיים אינק."‏[1]

פעלדהיים פארלאג איז געווען דער ערשטער ארויסצוגעבן ספרים מיט פראפעסיאנעלע גראפיק.‏[2] אויך האט ער פיאנירט פארעפנטלעכן ביאגראפיעס פון היינטיקע חרדישע פערזענלעכקייטן ווי רבי אריה לעווין (A Tzaddik in Our Time) און ר' יעקב יוסף הערמאן (All For the Boss).

שוין פון אנהייב האט דער פארלאג זיך מתחייב געווען צו פארעפנטלעכן די קלאסישע תורהדיקע ספרים פארטייטשט אויף ענגליש, פון די פארצייטישע ספרים Duties of the Heart (חובות הלבבות), The Path of the Just (מסילת ישרים), The Way of God (דרך ד'), און The Kuzari: In Defense of the Despised Faith (רבי יהודה הלוי), ווי אויך די היינטיקע ספרים Strive for Truth מכתב מאליהו (פון רבי אליהו אליעזר דעסלער), Shemirath Shabbath KiHilchatho שמירת שבת כהלכתה (פון רבי יהושע נויווירט), און Book of Our Heritage ספר התודעה (פון רבי אליהו כי טוב), איבערגעזעצט דורך רבי נחמן בולמאן).

פעלדהיים האט אויפגעשטעלט אן אפטייל אין ישראל אויף בית הדפוס גאס, ירושלים, אין 1960.‏[3]

אויסגאבעס[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

זיי האבן ארויסגעגעבן „ועשו לי מקדש" פון הרב זלמן מנחם קורן, וועגן דעם בית המקדש.

טייל פון זייערע אויסגאבעס אויף ענגליש:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. About Us. ‏Feldheim.com (2012). דערגרייכט דעם ‏13טן מערץ 2012. (אויף ענגליש)
  2. שרייבער, שלום (‏22טן פעברואר 2012). Feldheim Publishing Facing Serious Financial Troubles. The Jewish Voice. דערגרייכט דעם ‏13טן מערץ 2012.
  3. Incredible Savings from Feldheim Publishers. Matzav.com (20 June 2010). דערגרייכט דעם ‏13טן מערץ 2012.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]