אריה לעווין
הרב אריה לעווין (רעכטס) מיט שמחה האלצבערג | |
געבורט |
22 מערץ 1885 ו' ניסן ה'תרמ"ה ביאליסטאק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
28 מערץ 1969 (אלט 84) ט' ניסן ה'תשכ"ט ירושלים, ישראל |
קבורה ארט | סנהדריה בית עולם |
מדינה | ישראל |
זיינע רביס | אברהם יצחק הכהן קוק |
הרב אריה לעווין (ו' ניסן ה'תרמ"ה - ט' ניסן ה'תשכ"ט; 22סטן מערץ 1885 - 28סטן מערץ 1969) איז געווען א רב אין ירושלים און משגיח אין דער עץ חיים חדר. ער איז געווען באוואוסט אין ירושלים סתם ר' אריה אדער דער ירושלימער צדיק. ער פלעג גיין באזוכן די יידישע ארעסטאנטן אין דעם רוסן-פלאץ טורמע אין די יארן פון דער בריטישן מאנדאט.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אין ארלע לעבן ביאליסטאק, אין דעם תחום-המושב פון דער רוסלענדישער אימפעריע (היינט אין פוילן), צו זיינע עלטערן ר' בנימין ביינוש און עטיל. ער האט געלערנט אין סלוצק און סלאנים, און איז געווען פאררעכנט א מתמיד און אן עילוי. אין אנהייב איז ער געווען צו יונג צו לערנען אין וואלאזשין; שפעטער האט ער געלערנט דארט אונטער רבי רפאל שפירא. ער איז ארויף אין ארץ ישראל אדר ה'תרס"ה (1905), וואו ער האט געלערנט אין ישיבת תורת חיים. ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב חיים בערלין, הרב שמואל סאלאנט און הרב אברהם יצחק הכהן קוק.
ער האט געהייראט צפורה חנה, א טאכטער פון הרב דוד שפירא, רב אין קאוונע, א זון פון הרב חיים יעקב שפירא. הרב דוד שפירא איז אויך געווען דער שווער פון הרב הירש פסח פראנק.
ער האט געדינט ווי א משגיח אין דער עץ חיים חדר אין ירושלים. ער איז געווען באוואוסט פאר א בעל חסד, אויך גערופן "רב פון די ארעסטאנטן" צוליב דעם וואס פינף און צוואנציג יאר פלעג ער גיין צופיס יעדן שבת אינדערפרי גיין באזוכן די ארעסטאנטן אין טורמע, כדי זיי אויפצולעבן, און אויך האט ער געשריבן זיי בריוו.
הרב לעווין איז נפטר געווארן ערב שבת הגדול ה'תשכ"ט אין דעם הדסה עין כרם שפיטאל, און מען האט אים באערדיקט דעם זעלבן טאג נאך חצות אין דעם סנהדריה בית החיים; אזוי איז מקויים געווארן זיין צוואה אז מ'זאל אים נישט מספיד זיין (סיי אלס ערב שבת נאכמיטאג סיי צוליב חודש ניסן ווען מען מאכט נישט קיין הספדים). לויט זיין צוואה איז געצייכענט אויף זיין מצבה אז ער בעט פון די וואס קומען צו זיין קבר צו זאגן "אני מאמין באמונה שלמה שתהא תחיית המתים בעת שיעלה רצון מאת הבורא יתברך שמו".
משפחה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיינע קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- הרב חיים יעקב לעווין - רב פון פרדס חנה-כרכור
- הרב רפאל בנימין לעווין - משגיח פון ישיבת בית אריה
- הרב שמחה שלמה לעווין (ה' אלול תרפ"ו - ד' כסלו תשע"ה)[1] - א ראש כולל אין ירושלים
- די ווייב פון הרב שמואל אהרן יודעלעוויץ - מחבר פון די ספרים "מעיל שמואל" און "החשמל לאור ההלכה"
- שיינא חיה, ווייב פון הרב יוסף שלום אלישיב
- די ווייב פון הרב אהרן יעקבאוויץ - יארן לאנג הויפט רעדאקטאר פון אוצר הפוסקים
- עטל (תרפ״א - ד׳ אב תשע״ח), ווייב פון הרב אליעזר פלאטשינסקי
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ אהרן יונג, דער גאון רבי שמחה שלמה לעווין איז אוועק, אויף JDN וועבזייטל, ד' כסלו תשע"ה (אויף העברעיש)