לדלג לתוכן

מאפיא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאפיע)

מאפיא איז א אונטערוועלטניק גרופע וועלכע לעבן און שפייזן זיך דורך פארברעכן. א מאפיא קען זיין גרויס און קליין. אמאל קאנטראלירן זיי נאר עטליכע גאסן, אמאל גאנצע ביזנעס אינדוסטריס, און עס זענען געווען מאפיאס וועלכע האבן קאנטראלירט גאנצע שטעט און אפילו רעגירונגן.

דער ציל פון די מאפיא איז פארשטייט זיך שטענדיג געווען געלט אבער צומאל איז עס געגאנגן ווייטער פון דעם און זיי האבן געזוכט צו קאנטראלירן אלעס וואס זיי האבן געקענט כדי צו בויען זייער רעפוטאציע און פארשטערקערן זייער מאכט. אין די מאפיא איז שטענדיג געווען קאנקורענטן און ווען צוויי מאפיא גרופעס האבן זיך געקריגט האט די גאנצע שטאט מיטגעהאלטן ווען יעדן טאג זענען אנדערע אונטערוועלטניקעס געשאסן געווארן אינמיטן גאס דורך זייערע קעגנער.

מאפיא זענען שטענדיג אנגערופן געווארן מיט טערמין "פאמיליע" כאטש זיי זענען נישט שטענדיג געווען פאמיליע ווייל די גרופעס האבן געלעבט אינאיינעם אויסגעשלאסן פון אנדערע מענטשן מיט אן אנדערע לעבנ'ס סטיל און מען האט זיי באטראכט ווי א פאמיליע פון קרימינאלן פון וועלכע מען האט פרובירט צו שטיין ווייט.


היינט צו טאג באצייכנט מען דער נאמען מאפיא פאר יעדע ארגאניזירטע קרימינאלע גרופע און אמאל נוצט מען אפילו דעם נאמען פאלשערהייט אויף גרופעס וועלכע פארנעמען זיך בכלל נישט מיט קיין פארברעכן נאר האבן א שטארקע קאנטראל אויף ביזנעס און מען וויל זיי שלעכט באטיטול'ן.

די ריכטיגע מאפיא וועלכע האבן באקומען דעם נאמען מאפיא זענען בעיקר באשטאנען פון איטאליענער און סיסילער (אן אינזל אין דרום איטאליע וועלכע געפינט זיך אונטער איטאליע און איז די גרעסטע אינזל אינעם מיטללענדישן ים) וועלכע האבן אפערירט מאפיא גרופעס אין איטאליע און אין נאך אסאך לענדער פון די וועלט, אריינגערעכנט די פאראיינגטע שטאטן וואו די מאפיא האט זיך געווירבעלט יארן לאנג. די איטאליענער זענען באקאנט אלס פאמיליע מענטשן און אויך אין די מאפיא האט מען דאס געקענט באמערקן. טייל מאפיא ארגאניזאציעס זענען יא באשטאנען פון פאמיליע מיטגלידער וועלכע זענען געווען געשוואוירן איינע צו די אנדערע און האבן אינאיינעם דורכגעפירט פארברעכן.

אין די לענדער וואו די מאפיא האט געווירבעלט זענען געווען מערערע מאפיא גרופעס און טיילמאל האט איין גרופע קאנטראלירט אלע אנדערע גרופעס דורך העלפן זייערע אקטיוויטעטן און האבן גענומען א קאמישן (קליינע פראצענט) פון זייערע פארדינסטן. אבער טיילמאל האבן זיך די מאפיא געקריגט איבער טעריטאריע און דעמאלט איז געווען ביטער. אבער אין רוב פעלער האבן זיי זיך גוט פארשטאנען און האבן זיך געמאכט טעריטאריעס מיט גרעניצן פאר יעדן איינעם וואו יעדער האט זיין קאנטראל און קיינער האט נישט געמעגט טאן "ביזנעס" אינעם צווייטענ'ס טעריטאריע.

מיט די יארן זענען עטליכע ווערטער באקאנט געווארן אלס "מאפיא ווערטער" און יעדער האט געוואוסט וואס דאס מיינט. אט זענען עטליכע ווערטער:

לא קאסא נאסטרא – די ווערטער האבן די פאליציי אסאך מאל אויפגעכאפט אויף זייערע אונטערהער אפאראטן און לויט ווי זיי האבן דאס שפעטער אויבערגעטייטשט מיינט עס "אונזער אייגענע זאך" ווי איינער זאגט "איך וועל דאס באהאנדלן מיין וועג".

אמערטא – דאס איז א מאפיא קאוד פאר א שטילשטאנד.

מעיד מען – דאס איז א נייער מאפיא וועלכע איז נארוואס אריינגעברענגט געווארן אין די מאפיא דורך איינע פון די מיטגלידער.

קאפא – ארגינעל האט דאס געמיינט דער פירער פון די מאפיא אבער מיט די יארן איז קאפא געווארן ווי א לוטענענט וועלכע ארבעט פאר די מאפיא הויפט דירעקט וועלכער ווערט אנגערופן די באס.

ווייזגיי – א מאפיא מיטגלידער איז שטענדיג אנגערופן געווארן צווישן זיי מיט דעם טערמין.


סטרוקטור פון א פאמיליע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מאפיא פאמיליעס זענען אין גרעסטן טייל אויסגעשטעלט געווארן אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווען איין פאמיליע האט נאכגעפאלגט די אנדערע און עס איז כמעט נישט געווען קיין מאפיא פאמיליעס וועלכע האבן געארבעט אנדערש. יעדע גרופע איז צוזאמענגעשטעלט פון עטליכע גענגס וועלכע זענען באקאנט אלס פאמיליעס. די גרופעס קענען באשטיין צווישן 10 און 100 פאמיליעס און יעדע נייע פאמיליע וועלכע גייט אריין אונטער די גרופע מוז ווערן באשטעטיגט דורך די מאפיא הויפטן פון דעם גרופע. די פאמיליעס פלעגן זיך כסדר אפטיילן פון די גרופע און גרינדן נייע גרופעס מיט נייע מאכטן. אויב איז דאס געווען צו א נייע געגענט איז נישט געווען געפערליך אבער טיילמאל בלייבן עטליכע פאמיליעס אין די זעלבע טעריטאריע און דאס ברענגט צו טויטליכע אנשטויסענישן.

דער פירער פון יעדע פאמיליע ווערט אנגערופן "די באס" וועלכער קאנטראלירט אלע מיטגלידער און מאכט אלע באשלוסן וועלכע האט צעטאן מיט געלט. דער פירער לעבט אין רייכקייט ווען אלע געלטער וואס קומט אריין פון זייערע ביזנעסער גייט צו אים. אונטער די באס איז פאראן אן אנדערבאס (אונטער באלעבאס) וועלכער דארף אויסגלייכן אלע אינערליכע פראבלעמען צווישן די מיטגלידער אן אריינמישן די באס און בעיקר דארף ער זיין גרייט איבערצונעמען די ארבעט פונעם באס אין פאל ער ווערט געכאפט אדער ווערט אומגעברענגט דורך פיינט.

אונטער זיי איז פאראן א געוויסע צאל קאפאס וועלכע זענען די ביזנעס לייט און זיי מאכן אלע פלענער וועמען צו בא'גנב'נן און באהאנדלן אלע סיטואציעס. זייער הויפט ציל איז ווי מער געלט זיי קענען אריינברענגן און לויט דעם ווערן זיי געמאסטן אין סוקסעס. פון דאס געלט וועלכע זיי ברענגן אריין נעמען זיי אראפ א טייל און דאס איבעריגע גייט צו די אנדערבאס און באס וועלכע זענען זיך מחיה מיט די בארויבטע געלטער און לעבן שוואוילטאג. די קאפאס ווערן איינגעטיילט צו טעריטאריעס און יעדע געשעעניש וואס פאסירט אין זייער טעריטאריע איז זייער פאראנטווארטליכקייט. אויב א צווייטע פאמיליע קומט אריין אין יענע טעריטאריע וועט דער קאפא דארפן קעמפן מיט זיי און אפילו צווישן זיינע אייגענע ראמען דארפן זיי כסדר זיכער מאכן אז יעדער איז לאיאל צו די פאמיליע און אויב נישט וויאזוי מען זאל יענעם באשטראפן, וואס מיינט ביי זיי שטענדיג טויט שטראף.

די ריכטיגע שמוציגע ארבעט ווערט געטאן דורך די סאלדאטן וועלכע קענען ציילן אין גרויסע נומערן. כאטש זיי באנעמען זיך מיט רויבערייען, הריגות, און אלע סארט פארברעכן מאכן זיי אבער דאס ווייניגסטע געלט און זענען די נידעריגסטע אין ראנג צווישן די פאמיליע. אבער יעדער איז דארט פאר'ן צוקונפט גענוי ווי אן ארבייטער אין א גרויסע ביזנעס וועלכע האפט ארויפצוגיין אין ראנג מיט די יארן.

די ערגסטע פון אלע זענען די אסאסיעטס (געהילפן) וועלכע זענען פרעמדע מענטשן וועלכע האבן גארנישט מיט די אקטועלע פאמיליע אבער ארבעטן פאר זיי פאר געלט. אן אסאסיעט קען זיין א פשוט'ער גנב, א דראג דילער, אן אדוואקאט, באנקירער, פאליציי אפיציר, אדער פאליטישן.

אויסער די אלע איז פאראן אין יעדע פאמיליע אן עצה געבער וועלכע איז געווענליך אויך א דרויסנדיגער פון די פאמיליע וועלכע גיט פראפעסיאנאלע עצות פאר די מאפיא וואו צו טאן ביזנעס און ווי נישט. דער עצה געבער איז די איינציגסטע פאזיציע אין די מאפיא וועלכע ווערט נישט באשטימט דורך דער באס נאר די סאלדאטן און דער קאפא וועלן אים אליינס אויס.


די מאפיא איז נישט קיין אקטועלע ארגאניזאציע און פארמאגט נישט קיין הויפט פירער נאר די אלע קרימינאלע ארגאניזאציעס וועלכע שטאמען פון איטאליע ווערן אנגערופן די מאפיא. אבער די מאפיא גרופעס קענען צעטיילט ווערן צו 5 סארטן און אלע זענען אפשטאמיגע פון איטאליע נאר פון אנדערע ראיאנען. די 5 גרופעס זענען צעשפרייט איבער די גאנצע וועלט און יעדע פון זיי האט מיט די יארן באקומען א נאמען וועלכע באדייט זייער אפשטאם און פלאץ וואו זיי אפערירן. די אמעריקאנער מאפיא ווערט אנגערופן די "לא קאסא נאסטרא" וועלכע איז בעיקר אפשטאמיג פון די סיסילן מאפיא אבער שטאמען אויך פון אנדערע גרופעס.

די מאפיא האט זיך נאר באזעצט און אנגעהויבן אפערירן אין גרויסע שטעט וועלכע זענען שוין אזוי אויך פיל מיט פארברעכן. איינע פון זייערע הויפט פלעצער איז שטענדיג געווען ניו יארק וועלכע איז א פארנומענע שטאט מיט אסאך פארברעכן און די מאפיא האט דארט געהאט אסאך ארבעט. אין ניו יארק אליינס זענען געווען 5 גרויסע מאפיא גרופעס וועלכע האבן יעדע איינע פון זיי געציילט עטליכע הונדערט מיטגלידער און צענדליגער אסאסיעטס אינערהאלב די פאליציי, בענק, און גרויסע ביזנעסער.

די נעמען פון די פאמיליעס זענען געווענליך לויט זייער אפשטאם אבער אויב דער פירער איז א שטארקער אדער בלייבט אין אמט יארן לאנג נאמינירט מען די פאמיליע אויף זיין נאמען. די ניו יארקער מידיא און די לאו ענפארסמענט אגענטורן האבן שטענדיג פרובירט אויסגעפינען די נעמען פון די ניו יארקער מאפיא פאמיליעס און וויאזוי זיי זענען איינגעטיילט. אין 962' איז אבער אלעס קלאר געווארן ווען א מאפיא אינפארמירער מיטן נאמען דזשאו וואלאטשי האט ארויסגעגעבן אסאך אינפארמאציע פאר א סענאט סובקאמיטע אין וועלכע ער האט אנגעוויזן אז די ניו יארקער מאפיא באשטייט פון 5 גרויסע פאמיליעס אונטער די נעמען די באנאנא, דזשינאויסא, גאמבינאו, לוטשיס, און פראפאסי. די פראפאסי פאמיליע איז שפעטער איבערגענומען געווארן דורך דזשאסעף קאלאמבא וועלכער איז געווען א מאכטפולע פירער און די פאמיליע איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די קאלאמבא פאמיליע. ענליך צו דעם האט פאסירט מיט די גאמבינאו פאמיליע וועלכע איז איבערגענומען געווארן דורך דעם געוואגטן פירער דזשאן גאטי וועלכער האט אראפגעווישט זיין אויבערהאר אויף א פארנומענע גאס אין מאנהעטן. די פאמיליע האט זיך געוואלט טוישן איר נאמען צו די גאטי פאמיליע אבער אינדערצווישן איז גאטי ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס זיין אייגענע אנדערבאס האט אים פארראטן און איבערגעגעבן פאר די אויטאריטעטן.

אנדערע מאפיא פאמיליעס אין אמעריקע זענען נאמינירט געווארן לויט די שטעט אין וועלכע זיי האבן אפערירט. באקאנט זענען די לאס וועגאס מאפיא, די באפעלאו פאמיליע, די פילאדעלפיע פאמיליע, די קליוולאנד פאמיליע א.א.וו.


די לאו ענפארסמענט אגענטורן האבן זיך שטענדיג געפלאגט אויסגעפינען וויאזוי עס ארבעט די איינשווערונגן אין די מאפיא, וויאזוי זיי ערוועלן קאנדידאטן, און וויאזוי זיי ווערן אריינגעברענגט צו די פאמיליעס. לויט די עדות'שאפט פון דזשאו וואלאטשי פאר'ן סענאט איז קלאר געווארן אז די מאפיא סאלדאטן ברענגן אריין נייע רעקרוטירער און דער מיטגלידער וועלכע ברענגט יענעם אריין בלייבט פאראנטווארטליכט פאר יענעמ'ס אויפפירונג. אויב יענער טויג נישט באזייטיגט מען ביידע און פארקערט באערט מען אים פאר זיין געלונגענע שריט. די נייע רעקרוטירער דארפן געווענליך אויפווייזן פאר די מאפיא קאפאס וואספארא פארברעכן זיי זענען שוין באגאנגן אין די פארגנגנהייט און זייער ערפארונג צו רויבעריי און מארד. רוב רעקרוטירער ווערן באלד געשטעלט צו א מיסיע און נאר אויב זיי קענען דאס דורכפירן ווערן זיי אפיציעל איינגעשוואוירן אין די פאמיליע.

די איינשווערונג זעלבסט איז א פארמאלע צערעמאניע אין וועלכע די העכסט ראנגיקע אינאיינעם מיט די באס קומען זיך צוזאם אין יענער דארף האלטן א ברענענדיגע שטיק פאפיר ווען ער שווערט געטריישאפט צו די פאמיליע פאר זיין גאנצן לעבן און דערנאך דארף ער לאזן פאלן א טראפן בלוט פון זיין גראבע פינגער.

די מאפיא איז שטענדיג באשטאנען נאר דורך איטאליענער און ווער עס איז נישט געווען אן איטאליענער האט נאר געקענט זיין אן אסאסיעט אבער האט נישט געקענט איינגעשוואוירן ווערן אין די פאמיליע. טייל פאמיליעס האבן נאר פארלאנגט אז דער רעקרוטירער'ס טאטע זאל זיין אן איטאליענער און טייל האבן פארלאנגט אז ביידע עלטערן זאלן זיין איטאליענער. דאס האבן זיי געטאן ווייל די איטאליענער זענען באקאנט אלס פאמיליע מענטשן וועלכע זענען זייער געטריי איינע צו די אנדערע.


דער הויפט ציל פון די מאפיא איז צו מאכן געלט און די פאמיליעס טוען א רייע אקטיוויטעטן דאס צו דערגרייכן. זייער הויפט מיטל איז דורך דערשרעקן תמימות'דיגע געשעפט אייגנטומער זיי זאלן צאלן פאר די מאפיא א געוויסע סכום געלט יעדן מאנאט און די מאפיא וועט יענעם באשיצן דערפאר פון אנדערע קרימינאלן וועלכע זענען באמת זיי אליינס. נאך א הויפט וועג וויאזוי די מאפיא מאכט געלט איז דורך טאן אומלעגאלע ביזנעס וועלכע איז געווענליך טייערע זאכן. ווי דראגס און אומלעגאלע געמבלינג.

פון מאל צו מאל האבן די מאפיא אויך געטאן רויבערייען אבער א סוקסעספול קאפא האט פרובירט צו שטיין ווייט פון אזלכע ביזנעס ווייל ער האט געוואוסט אז די איינשטעל צו ווערן געכאפט איז גרעסער און די סארט ביזנעס איז נישט שטענדיג פאראן און די מאפיא דארף מער סטאבילע פארדינסטן.

מאפיא רויבערייען זענען געווענליך געווען דורך היידזשעקן א טראק מיט סחורה און דאס אפלאדענען און שפעטער פארקויפן די סחורה. טיילמאל האבן זיי געהאט אינערליכע מיטארבייטער וועלכע האבן גאר געהאלפן טאן די גניבה און האבן באקומען באצאלט דערפאר. ווער עס האט זיך פרובירט קעגנשטעלן די מאפיא איז געווען ביטער און טראק דרייווער האבן שוין געוואוסט אז מען דארף מיטשפילן אין פאל עס פאסירט צו זיי.

די מאפיא איז אויך זייער סוקסעספול געווען אין די פארגאנגנהייט מיט אריינטרעטן אין די יוניאנס און גאר העלפן ארבייטער פאר זייערע רעכטן. מיט דעם האבן זיי באקומען קאנטראל אויף די יוניאן פירער און האבן פארלאנגט געלט פון זיי פאר זייער ארבעט און קעגנשטעלן די מאפיא איז געווען אויסגעשלאסן.

אין ניו יארק זענען די מאפיא געווען סוקסעספול אין די יוניאנס פון די קאנסטראקשן ארבייטער און עס האט געהייסן אז די גאנצע קאנסטראקן אינדוסטרי אין ניו יארק איז געווען קאנטראלירט דורך די מאפיא. צומאל האבן זיי געקענט אפשטעלן די גאנצע קאנסטראקשן ארבעט דורך איבעררעדן די יוניאנס צו סטרייקן און קיינער האט נישט געוואוסט אז עס איז גאר א מאפיא שריט צו מאכן מער געלט. די רעגירונג האט דאס יא געוואוסט און האט דאס געקעמפט לאנגע יארן ביז ווילאנג עס איז זיי געלונגן צו באזייטיגן די מאפיא פון די יוניאנס און היינט איז מער נישט פאראן אזא זאך.


די היסטאריע פון די מאפיא גייט צוריק הונדערטער יארן און שטאמט פון איטאליע. כאטש אנדערע לענדער פארמאגן אויך ארגאניזירטע קרימינאלע גרופעס איז אבער דער טיטול מאפיא ארויפגעלייגט געווארן אויף די איטאליענער קרימינאלע גרופעס וועלכע גרופירן זיך אין פאמיליעס ווי מיר האבן פריער דערמאנט. דער הויפט פלאץ אין איטאליע פון וואו די מאפיא שטאמען איז די סיסילי אינזעל וועלכע געפינט זיך דרום פון איטאליע, און דאס פלאץ ווערט באצייכנט אלס די בלופרינט פון די מאפיא.

היסטאריקער זאגן אז די מאפיא איז צושטאנד געקומען מיט די יארן ווען די סיסילי אינזלן איז מערערע מאל אינוואדירט געווארן דורך אייראפעאישע אימפעריעס און רוב יארן איז זי געווען אקופירט דורך פרעמדע מאכטן. דאס האט געמאכט אז די איינוואוינער פון סיסילי האבן זיך גרופירט אין פאמיליעס און האבן געטאן וואס זיי האט געשמעקט זינט עס איז נישט געווען קיין סטאבילע רעגירונג וועלכע זאל זיי אפשטעלן פון זייערע שריט. דער פאקט אז סיסילי געפינט זיך אינעם צענטער פונען מיטללענדישן ים האט צוגעהאלפן די גרינדונג פון די מאפיא ווען די פאמיליע מיטגלידער האבן געהאט די געצייג צו טאן ביזנעס.

ווען די אייראפעאישע אימפעריעס האבן פארלאזט סיסילי אינעם 19טן יאָרהונדערט איז דאס ארט געבליבן אן קיין רעגירונג און די מאכטפולע פאמיליעס האבן אנגעהויבן געוועלטיגן ארום זייערע טעריטאריעס און האבן אנגעהויבן טאן פארברעכנס צו באקומען מאכט און געלט. זייערע פארברעכנס זענען קיינמאל נישט באריכטעט געווארן ערשט ווייל עס איז נישט געווען צו וועמען צו גיין און צווייטענס ווייל די געליטענע אליינס האבן מורא געהאט צו פארציילן צוליב די פארכט וואס זיי האבן געהאט צו די מאפיא לארדן. די פירער פון די פאמיליעס האבן זיך גערופן קאפאס און דער נאמען איז ביז היינט פארבליבן דער אפיציעלער נאמען פאר איינע פון די הויפט פאזיציעס אין די מאפיא.


די אנטוויקלונג פון די מאפיא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די יארן בעפאר די צווייטע וועלט קריג איז די מאפיא שוין געווען אזוי מאכטפול אין סיסילי אז עס איז אוממעגליך געווען צו לעבן פאר זיך אן האבן עפעס קאנטאקט מיט די מאפיא. איינער האט געארבעט פאר זיי און א צווייטער איז געווען א קרבן. הארט בעפאר די קריג האט די איטאלענער רעגירונג אריינגעשטעלט דעם דיקטאטור בעניטא מוסאליני וועלכע האט זיך באלד גענומען צו די עבודה פון צוברעכן די מאפיא, נוצנדיג פארשידענע מיטלן וועלכע זענען אין טייל געווען ברוטאל. ווען די אליאירטע כוחות האבן איינגענומען סיסילי האבן זיי נישט פארשטאנען דעם מצב וואס דארט גייט פאר און האבן ארויסגעלאזט פון טורמע אסאך מאפיא מיטגלידער און טייל פון זיי האבן זיי גאר געשטעלט אויף גרויסע רעגירונג פאזיציעס וועלכע האט גאר פארשטערקערט די מאכט פון די מאפיא און זיי געגעבן צוטריט צו זאכן וועלכע זיי וואלטן נישט געקענט צוקומען אין יארן.

נאך די קריג האבן זיך די מאפיא ארומגעקריגט צווישן זיך טאג טעגליך און האט זיי אפגעקאסט אסאך מענטשליכע נפשות און געלט. די קאפאס האבן פארשטאנען אז דאס וועט נישט ברענגן קיין סוקסעס פאר'ן צוקונפט און האבן זיך פאראייניגט צו איין פירערשאפט מיט פארשידענע אפטיילונגן וועלכע איז גערופן געווארן די קאפולא.

דער קאמף קעגן די מאפיא אין סיסילי איז אנגעגאנגן אלע יארן ביז אין די פריע 80'ער יארן ווען צוויי פראקורארן וועלכע האבן געטאן אסאך שאדן פאר די מאפיע זענען אומגעברענגט געווארן אין באמבארדירונגן וועלכע האט אויפגעטריסעלט גאנץ סיסילי און האט געצווינגן די איטאליענער רעגירונג צו נעמען מער ערנסטע שריט קעקן די עקזיסטענץ פון די מאפיא. די רעגירונג האט געענטפערט זייער פארלאנג און האט אויפגעשטעלט אן אזויפגערופענער מעקס טרייל אין וועלכע ארום 400 מאפיא מיטגלידער זענען פאר'משפט געווארן פאר זייערע געמיינע מעשים און כמעט אלע זענען געפינען געווארן שולדיג. עס האבן אויפגעטרעטן הונדערטער עדות טראץ די פילע סטראשונגן פון די מאפיא אז זיי וועלן נקמה נעמען.

מיט דעם האט מען אבער נאך נישט פארענדיגט עלימינירן די מאפיא. אין 92' האט די איטאליענער רעגירונג אריינגעשיקט 700 טרופן וועלכע האבן געקעמפט קעגן די מאפיא ביז אין 98' ווען דאס אינזל איז געווארן ערקלערט אלס ריין פון מאפיא. כאטש די מאפיא איז דארט עלימינירט געווארן איז אין פאקט נאך אלס פאראן מאפיא גרופעס אבער זיי זענען נישט אזוי שעדליך און האבן נישט אזויפיל מאכט.


די סיסילינס און אנדערע איטאליענער האבן אנגעהויבן אימיגרירן קיין אמעריקע אין די 800' יארן אבער רוב פון זיי זענען ערשט געקומען אין די ערשטע יארן פונעם צוואנציגסט'ן יאָרהונדערט. רוב איטאליענער האבן זיך באלד גענומען צו די ארבעט און האבן אויפגעשטעלט ביזנעסער אבער א קליינע טייל האבן מיטגעברענגט זייערע מאפיא היסטאריע מיט זיך און האבן אנגעהויבן מיט זייערע פארברעכנ'ס אויפ'ן אמעריקאנער באדן.

די ערשטע גרויסע מאפיא גרופע איז צושטאנד געקומען און ניו ארלענס, לואיזיענע, וואו די מאפיא האט געהאט גוטע פארבינדונגן מיט די פאליציי און האבן אפגעטאן וואס זיי האבן געוואלט אן געברענגט ווערן צו גערעכטיקייט. נאך צענדליגער יארן האבן א גרופע איינוואוינער געקעמפט די מאפיא און האבן זיי געברענגט אין געריכט אבער די מאפיא איז געווען זייער מאכטפול און האבן אונטערגעשמירט און געסטראשעט די עדות וועלכע האבן אין די ענדע אלע גערעדט לטובת די מאפיא און זיי זענען באפרייט געווארן. נאך די אורטיילן זענען 16 פון די הויפט קעמפער אומגעברענגט געווארן דורך די מאפיא.

די מאפיא האבן זיך אריבער גערוקט אויך אין אנדערע שטעט און איינע פון די הויפט פלעצער איז געווען ניו יאר סיטי וואו 5 מאפיא פאמיליעס האבן זיך פארשפרייט און האבן געקעמפט איינע מיט די אנדערע פאר מאכט און קאנטראל. אין יענע צייטן זענען רוב פון זייערע פארברעכנס געווען פארקויפן אומלעגאלע אלקהאל און דראגס וועלכע איז געווען א גוטע ביזנעס. די מאפיא מלחמות האבן דעגרייכט א קלימאט אין די 930' יארן ווען באסעס און אנדערבאסעס זענען אומגעברענגט געווארן יעדן טאג. איין מאפיא פאמיליע האט אין איין יאר אויפגענומען 4 נייע פירער ווייל אלע זענען געשאסן געווארן.

צווישן די מאפיא איז געווען א יונגער פירער מיט'ן נאמען טשארלס לוסיאנאו וועמען מען האט גערופן "לאקי". דער לאקי איז אויפגעקומען מיט א פלאן צו גרינדן א מולטי פאמיליע וועלכע זאל קאנטראלירן און באשטעטיגן אלע מאפיא אקטיוויטעטן איבער'ן גאנצן לאנד. זיין קאמפיין האט אנגעהאלטן עטליכע יאר ביז עס איז אים געלונגן צוזאמנצוברענגן א 7 מיטגלידער קאמיסיע צו א קאנפערענץ אין שיקאגא.

די 7 מיטגלידער ביי די קאנפערענץ זענען געווען די 5 מאפיא באסעס פון ניו יארק, דער באקאנטער הויפט מאפיא פון שיקאגא, אל קאפאן, און דער פירער פון די באפעלא מאפיא, סטעפאנא מאגעדינאו. די מיטגלידער האבן געדינט ווי סענאטארן צו זייערע פאמיליעס אין זייער געגענט וועלכע'ס פרטים זענען אויסגעשמועסט געווארן אפענערהייט. די קאמיסיע איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע צדדים און פון דארט און ווייטער האבן זיי זיך געטראפן יעדע 5 יאר פאר א גענעראלע מיטינג וואו אלע אקטיוויטעטן זענען דורכגעארבעט געווארן און יעדע נייע זאך האט געמוזט באשטעטיגט ווערן דורך א מערהייט פון די מיטגלידער.

די מיטינגן זענען פארגעקומען אין געהיים און די פאליציי האט נישט געוואוסט צופיל פון זייערע אקטיוויטעטן. אבער אין נאוועמבער 957' ווען די מאפיא האבן זיך געטראפן אויף א מיטינג אין א קליינע דערפל אין ניו יארק נעבן די גרעניץ מיט פענסעלוועיניע, האט א לאקאלע סטעיט טרופער פארדעכטיגט די צוזאמנקום און האט ארגאניזירט אן איבערפאל אין וועלכע 58 מאפיאנערן זענען ארעסטירט געווארן און זענען עווענטועל געברענגט געווארן צו גערעכטיקייט. יענער איבערפאל איז שפעטער באקאנט געווארן אלס די אפאלאטשין איבערפאל וועלכע איז געווען א שטארקע קלאפ פאר די מאפיא אבער נאך א שטערקערע קלאפ פאר דאס אמעריקאנער פאלק וועלכע איז איבערגעצייגט געווארן אז די מאפיא עקזיסטירט אין גרויסן.

נאך די איבערפאל האבן די מיטינגן ווייטער אנגעהאלטן אין גרויס געהיים אבער מיט די יארן האט עס אנגעהויבן נאכגעלאזט ווערן ווען געוויסע מאפיא פאמיליעס האבן מער נישט געשיקט קיין רעפרעזענטיוון און זענען זיך געגאנגן זייער אייגענע וועג. עס הייסט אז די סארט מיטינגן קומען נאך היינט פאר אבער נאר צווישן מאפיאנערן פון מזרח אמעריקע.


די מאפיא און די קענעדיס?

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען געווען אסאך קלאנגן איבער פארבינדונגן צווישן די קענעדיס און די מאפיא, גייענדיג צוריק ביז פרעזידענט קענעדיס רייכע טאטע, דזשאו קענעדי וועלכער איז לויט עטליכע באריכטן געווען פארבינדן מיט די מאפיא און זיין רייכטום האט געשטאמט פון דארט. ווען פרעזידענט קענעדי איז געלאפן אין די פריימעריס האבן אים זיינע קעגנער באשולדיגט איבער א פארבינדונג מיט די מאפיא און האבן געשריגן אז ער האט מאביליזירט די מאפיא אין זיין קאמפיין זיך צו פארזיכערן גענוג שטימען. ווען קענעדי איז געלאפן פאר זיין צווייטן טערמין זענען די קלאנגן פארשטערקערט געווארן און קענעדי האט טאקע געווינען מיט א שמאלע מערהייט קעגן דעם שפעטערדיגן פרעזידענט ניקסן.

ווען פרעזידענט קענעדי איז אומגעברענגט געווארן האבן אסאך געהאלטן אז די מאפיא האט געהאט א האנט אין דעם ווייל עס האט זיך ארויסגעשטעלט (כאטש נישט אויף זיכער) אז דזשעק רובי, דער מענטש וועלכער האט אומגעברענגט קענעדי'ס מערדער לי הארווי אסוואלד, האט געהאט נאנטע פארבינדונגן מיט די מאפיא. געוויסע האבן דאס אנגעלייגט אויף קענעדי'ס דורכפאל מיט זיין אינוואזיע אין קובא וועלכע איז געווען אין קאמף מיט די מאפיא נאכדעם וואס דער נייער קובאנער פירער פידל קאסטרא האט ארויסגעטריבן די מאפיא פון קובא. קענעדי איז טיילמאל באשולדיגט געווארן פאר דעם דורכפאל און די מאפיא האט נקמה גענומען אין אים.

אנדערע האבן געטייטעלט אויף פרעזידענט קענעדי'ס ברודער ראבערט קענעדי וועלכער איז באשטימט געווארן דורך קענעדי אלס זיין אטורני דזשענעראל. ראבערט קענעדי האט זיך אויסגעצייכענט מיט זיין קאמף קעגן די מאפיא און די מאפיא האט נקמה גענומען פון ביידע (ראבער קענעדי איז אומגעברענגט געווארן ווען ער איז געלאפן אלס פרעזידענט אין 968').

נאך א טעאריע ווייזט אויף קענעדי'ס פארבינדונגן מיט גוטע פריינט וועלכע זענען געווען פארבינדן מיט די מאפיא. די טעאריע גלייבער זאגן אז איינע פון די מאפיאנערן האט רעקארדירט קענעדי מיט די מאפיאנערן עטליכע מאל און ווען ער איז געכאפט געווארן האט ער אנגעהויבן אויפדעקן סודות איבער קענעדי'ס פארבינדונגן מיט די מאפיא. אבער דער מאפיאנער איז אומגעברענגט געווארן א קורצע צייט נאכדעם און אלעס איז געבליבן א מיסטעריע.


די מאפיא אין לאס וועגאס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די מאפיא איז שעטנדיג געשטאנען נעבן אלע ערליי געמבלינג וואו זיי האבן גרינג געקענט גנב'נן געלט פון אומשולדיגע מענטשן וועלכע קענען זיך נישט אפגעוואוינען פון געמבלן. ווען נעוואדע האט לעגאליזירט געמבלינג אין 931' האט זיך די מאפיא באלד אריבער גערוקט קיין לאס וועגאס וואו זיי האבן שוין געטראפן פארטיגע האטעלן מיט געמבלינג קאסינאוס וועלכע זענען אויפגעשטעלט געווארן דורך רייכע מאגנאטן אדער דורך אפגעפארענע אידישע שווינדלער און פארברעכער. די מאפיא האט זיך באזעצט אין וועגאס טראץ וואס זיי האבן נישט געהאט קיין שום אייגנטום צו די לאס וועגאס געמבלינג אינדוסטרי. אבער מיט די צייט זענען זיי געווארן שותפים און פירער פון עטליכע האטעלן און קאסינאוס צי די פארוואלטער האבן מסכים געווען אדער נישט.

אויסער די כמו ביזנעס וואס זיי האבן געטאן און לאס וועגאס האבן זיי פשוט בארויבט די קאסינאוס דורך פארשידענע וועגן און קיינער האט זיך נישט געוואגט צו קעגנשטעלן די מאפיא וועלכע האט שטענדיג געהאט נאר איין שטראף און דאס איז געווען טויט.

די נעוואדע רעגירונג האט זיך גענומען אויסרייניגן לאס וועגאס פון די מאפיא אין די 970' יארן און ווען די מאפיא האט אנגעהויבן שפירן די אויטאריטעטן זענען זיי געווארן ווילד און האבן זיך אנגעהויבן שלאגן צווישן זיך און האבן אומגעברענגט מענטשן רעכטס און לינקס. די אויטאריטעטן האבן אבער דעגרייכט זייער ציל און עס הייסט אז די מאפיא האט היינט נישט קיין שום פארבינדונג מיט קיין איינע פון די גרויסע האטעלן אין לאס וועגאס. כדי דאס צו פארזיכערן פאר'ן צוקונפט האט די נעוואדע רעגירונג ארויפגעלייגט פארשידענע תקנות אויף אלע האטעלן און אויב מען כאפט איינע פון זיי מיט סיי וואספארא פארבינדונג מיט ארגאניזירטע פארברעכן פארלירט מען באלד די לייסענס.


דער קאמף קעגן די מאפיא

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די לאו ענפארסמענט אגענטורן נוצן דאס געזעץ און פארשידענע געהיימע טאקטיקן וויאזוי זיי קעמפן די מאפיא. אין 970' האט קאנגרעס דורכגעפירט א ספעציעלע געזעץ וועלכע פארבאט דאס פארדינען געלט פון גרופעס וועלכע באגייען פארברעכן אריינצוברענגן געלט. דאס געזעץ איז באקאנט אלס די ריקא אקט וועלכע ווערט אנגערופן צווישן די מאסן רעקעטיר פארברעכן.

אין אנהויב האבן די לאו ענפארסמענט אגענטורן געברויכט איבערצייגן אין געריכט אז די מאפיא איז באגאנגן פארברעכן און דאס איז געווען א שווערע ארבעט וויל די מאפיא האט געוואוסט וויאזוי צו באהאלטן זייערע מעשים און די באסעס פלעגן נוצן א טאקטיק מיט'ן שיקן נידעריג ראנגיקע מאפיא צו טאן די שמוציגע ארבעט און זיי זענען געליבן ריין פון פארברעכן. דאס האט זיך אבער עווענטועל געטוישט ווען דאס געזעץ האט פארבאטן צו באלאנגן צו אזא גרופע אפילו אויב מען איז נישט באגאנגן קיין שום פארברעכן און מען קען זיצן אין טורמע דערפאר.

די לאו ענפארסמענט אגענטורן זענען שטענדיג אריינגעקראכן אינעווייניג צווישן די מאפיא אדער גענוצט אינפארמאנטן וועלכע זענען ריינגעוואשן געווארן פאר'ן ארויסגעבן אינפארמאציע אינערהאלב די מאפיא. די עף-בי-איי האט מערערע מאל אריינגעשטעלט פאלשע מאפיא וועלכע האבן מיטגעשפילט מיט די מאפיא און האבן שפעטער געהאלפן ארעסטירן די פארברעכער. פארשטייט זיך אז צו טאן אזא ארבעט שטעלט מען זיך איין דאס לעבן אבער די עף-בי-איי האט דאס באוויזן עטליכע מאל און איז געווען זייער סוקסעספול.

באקאנט איז דער עף-בי-איי אגענט דזשאסעף פיסטאן וועלכער האט געארבעט אלס א פארשטעלטער מאפיא פאר 6 יאר אונטער זיין פאלשן נאמען דאני ברעסקאו, דרייענדיג זיך צווישן די גאמבינאו פאמיליע וועלכע זענען אין יענע יארן געווען די געפארפולסטע מאפיא פאמיליע אין ניו יארק סיטי. פיסטאן איז אויפגעוואקסן צווישן מאפיא אקטיוויטעטן וואו ער האט זיך געלערנט אסאך פון זיי און ווען ער איז אריין ארבעטען פאר די עף-בי-איי איז ער באלד געווארן א ספעציעלער אגענט און האט באקומען זיין פאסטן צו גיין אלס א פאלשער מאפיא.

פיסטאן איז געווען אזוי סוקסעספול אז אפילו נאכדעם וואס מיט זיין הילף האט די פאליציי ארעסטירט צענדליגער מאפיאנערן האט די מאפיא נאך אלץ געמיינט אז ער איז א מאפיאנער וועלכע איז געווארן אן אינפארמאנט און האבן נישט געוואלט גלייבן אז ער איז גאר געווען אן עף-בי-איי אגענט פון פאראויס.

אן אנדערע שטילע ארבעט איז פארגעקומען אין קליוולאנד אין 98' וועלכע האט געהאלפן ארעסטירן 40 קארופטירטע פאליציי אפיצירן אבער דער אידענטיטעט פון דעם אגענט איז געבליבן אין געהיים אזויווי פילע אנדערע געלונגענע אפעראציעס וועלכע זענען קיינמאל נישט ארויסגעקומען צו די פובליק.