אייראפע
| שטח | 10,180,000 ק"מ2 |
| באפעלקערונג | 739,165,030 |
| לענדער | 50 (ליסטע) |
| שפראכן | אייראפעישע שפראכן |
| צייט זאנעס | UTC ביז UTC+6 |
אײראָפּע איז איינע פון די זיבן קאָנטינענטן. צו דער צפון זײַט איז דער ארקטישער אקעאן, צו מערב דער אטלאנטישער אקעאן און צו דרום דער מיטלענדישער ים.
אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאבוס ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח, מערב, דרום, צפון און צענטראל.
אייראפע איז דער וועלטס צווייטע קלענסטע קאנטינענט לויטן שטח, און באדעקט בערך 10,180,000 קוואדראט ק"מ ד"ה 2% פון דער ערד'ס אייבערפלאך און בערך 6.8% פונעם שטח פון דער יבשה. אייראפע האט אומגעפער 50 לענדער. דאס גרעסטע, סיי אין שטח סיי אין באפעלקערונג, איז רוסלאנד, וואס באדעקט 40% פונעם קאנטינענט (אחוץ וואס עס האט טעריטאריע אויך אין אזיע), און דאס קלענסטע איז וואטיקאן שטאט. אייראפע איז דער דריטער מערסט־באפעלקערטער קאנטינענט נאך אזיע און אפריקע, מיט א באפעלקערונג פון 733 מיליאן וואס איז 11% פון דער וועלט'ס באפעלקערונג.[1]
כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.
לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:
דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגנדע 'גרויסע' קאָנטינענטן:
אמעריקע (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקע, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אזיע, אויסטראליע.
די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די קאָנטינענטן, אבער יעדער קאָנטינענט פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף דער מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אזיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.
אידן זענען געקומען צו דער אייראפעישער יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע.
די ביימער וואס וואקסן אסאך אין אייראפע זענען דער בוק, דעמב, טענענבוים, סאסנע און די בערעזע.
אינהאַלט |
היסטאריע [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – היסטאריע פון אייראפע
פונעם 7טן יארהונדערט, איז די ביזאנטישע אימפעריע געווארן שטארק אנגערירט פון דעם אנהייב פון איסלאם און די כאליפאטן. מוסולמענער אראבער האבן ערשט אינוואדירט רוימישע טעריטאריע אונטער אבו באקר, דער ערשטער כאליף פונעם ראשידון כאליפאט, וואס איז אריין אין סיריע און רוימישער מעסאפאטאמיע. אונטער אומאר, דער צווייטער כאליף, האבן די מוסולמענער באשטימענדיק איינגענועמן סיריע און מעסאפאטאמיע, ווי אויך רוימישע פאלעסטינע, רוימישע עגיפטן, און טיילן פון קליין אזיע און רוימישע צפון אפריקע. דאס האט ממשיך געווען אונטער די שפעטערדיקע ראשידון כאליפן און אונטערן אומאישן כאליפאט, וואס האט איינגענומען גאנץ מיטלענדישע צפון אפריקע און רוב פונעם איבערישן האלבאינזל.
אין שפעטערדיקע יארהונדערטער האבן די מוסולמענער אויך גענומען קיפראס, מאלטא, קרעט, סיציליע און טייל פון דרום איטאליע.
פון דעם 15טן יארהונדערט ביזן 17טן יארהונדערט זענען אייראפעישע אויספארשער ארומגעפארן די וועלט אויספארשן נייע לענדער.
געאגראפיע [באַאַרבעטן]
דעמאגראפיע [באַאַרבעטן]
אין יאר 2005 איז די באפעלקערוענג פון אייראפע געשאצט געווארן 731 מיליאן לויט די פאראייניגטע פעלקער, א ביסל מער ווי א ניינטל פון דער גאנצער באפעלקערונג פון דער וועלט.
פאליטישע געאגראפיע [באַאַרבעטן]
די לענדער פון אייראפע זענען כולל די 27 מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד.
עקאנאמיע [באַאַרבעטן]
אייראפע האט די גרעסטע עקאנאמיע פון אלע קאנטינענטן. צווישן די לענדער אין אייראפע, די רייכסטע זענען די מערב לענדער; די מזרח לענדער קומען ערשט ארויס פון דעם איינבראך פון די סאוועטן פארבאנד און יוגאסלאוויע. דער אייראפעישער פארבאנד, א צווישן-רעגירונג קערפער פון 27 אייראפעישע שטאטן איז דער גרעסטער איינציקער עקאנאמישער שטח אין דער וועלט. אצינד, 15 לענדער באניצן דעם איירא ווי א שותפותדיקע וואלוטע.
פינף אייראפעישע לענדער ווערן פאררעכנט צווישן די ערשטע צען עקאנאמיעס לויטן ברוטא אינלענדישן פראדוקט אין דער וועלט. דאס שליסט איין (ראנגען לויטן CIA): דייטשלאנד (5), דאס פאראייניגטע קעניגרייך (6), רוסלאנד (7), פראנקרייך (8), און איטאליע (10).[2]
שפראך [באַאַרבעטן]
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ "Global: UN Migrants, Population". Migration News. January 2010 Volume 17 Number 1.
- ↑ The CIA World Factbook - GDP (PPP). CIA (2008-07-15). דערגרייכט דעם 2008-07-19.
|
סואווערענע שטאטן
|
| קאנטינענטן פון דער וועלט | ||||||
|---|---|---|---|---|---|---|
אזיע |
אפריקע |
אייראפע |
צפון אמעריקע |
דרום אמעריקע |
אויסטראליע |
אנטארקטיקע |