היסטאריע פון אייראפע
די היסטאריע פון אייראפע איז אן אלגעמיינער נאמען פאר דער באשרייבונג פון דער צייט זייט מענטשן האבן באזעצט די יבשה פון אייראפע ביז די היינטיקע צייטן. מען איז געוואוינט איינצוטיילן די היסטאריע פון אייראפע אין געוויסע תקופות. די תקופות האבן די פארשער אוועקגעשטעלט לויט פארשידענע דראמאטישע היסטארישע געשעענישן.
די פאלגנדע תקופות זענען אנערקענט:
- פאר־היסטארישע תקופה: פון דער ערשטער באזעצונג פון מענטשן ביז דער דערשיינונג פון שריפט אין אוראלט גריכנלאנד 700 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג.
- אוראלטע צייטן: פון דער דערשיינונג פון שריפט אין אוראלט גריכנלאנד, 700 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג, ביזן אומפאל פון דער מערב רוימישער אימפעריע אין 476.
- מיטל־אלטער: א תקופה פון מער ווי 1000 יאר, וואס ווערט צעטיילט אויף דריי:
- אנהייב מיטל־אלטער: פונעם אומפאל פון דער מערב רוימישער אימפעריע אין 476 ביז דער ענדע פון דער וואנדערונג פון די פעלקער אינעם 11טן יארהונדערט.
- שפיץ מיטל־אלטער: פונעם 11טן יארהונדערט ביזן 13טן יארהונדערט (1000 - 1300).
- סוף מיטל־אלטער: די 13טער און 14טער יארהונדערטער (1300 - 1499).
- אנהייב מאדערנער אייראפע: פונעם אנטפלעקן דאס "נייע וועלט", אין 1492, ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע, אין 1789.
- 1789 - 1914: פון דער פראנצויזישער רעוואלוציע, אין 1789, ביזן אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה, אין 1914.
- 1914 - 1991 פונעם אנהייב פון דער ערשטער וועלט מלחמה, אין 1914, ביזן צעפאל פונעם ראטן פארבאנד, אין 1991.
[באַאַרבעטן] איבערבליק
דער מהלך פון לעבן אין אוראלט גריכנלאנד ווערט גערעכנט פון דעם גרעסטן איינפלוס אויף דער גאנצער היסטאריע פון אייראפע. אין -509 איז געגרינדעט געווארן די רוימישע רעפובליק, ערשט אין איטאליע און ארום דעם מיטלענדישן ים, און דערנאך האט זי געשפרייט איבער א היפשן טייל פון אייראפע אין 150.
נאך א תקופה פון ברודערקריגן, האט דער קייסער קאנסטאנטין דער ערשטער גערוקט די הויפטשטאט פון רוים צו דער גריכישער שטאט ביזאנטיום אין 313, וואס ער האט גערופן "די שטאט פון קאנסטאנטין". אין 395 האט זיך די אימפעריע צעשיידט גענצלעך אויף צוויי. די מערב רוימישע אימפעריע האט געליטן פון נאכאנדיקע אטאקעס, ביז אין 410 האבן די וויזיגאטן, א דייטשיש פאלק, חרוב געמאכט רוים. דער לעצטער מערב רוימישער קייסער האט פארלוירן זיין טראן אין 476; דרום־מזרח אייראפע און א טייל פון די מיטללענדישע לענדער זענען געבליבן אונטער דער הערשאפט פון דער ביזאנטישער אימפעריע ביזן 6טן יארהונדערט.
|
אונגארן · אוקראינע · אזערביידזשאן · איטאליע · איסלאנד · אירלאנד · אלבאניע · אנדארע · ארמעניע · באסניע און הערצעגאווינע · בולגאריע · בעלארוס · בעלגיע · גרוזיע · גריכנלאנד · דייטשלאנד · דענמארק · האלאנד · וואטיקאן שטאט · טערקיי · טשעכיי · לוקסעמבורג · ליטע · ליכטנשטיין · לעטלאנד · מאלדאווע · מאלטא · מאנאקא · מאנטענעגרא · מאקעדאניע · נארוועגיע · סאן מארינא · סלאוואקיי · סלאוועניע · סערביע · עסטלאנד · עסטרייך · פארטוגאל · פוילן · פאראייניגטע קעניגרייך · פינלאנד · פראנקרייך · קיפראס · קראאטיע · רומעניע · רוסלאנד · שווייץ · שוועדן · שפאניע |
|