אינדוסטריעלע רעוואלוציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א וואט דאמפטאטאר, דער דאמפטאטאר וואס האט געברענט קוילן, און האט געטריבן די אינדוסטריעלע רעוואלוציע אינעם בריטן און דער וועלט.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע איז דער נאמען פון דער צייט אין היסטאריע ווען גרויסע אין גיכע ענדערונגען האבן פאסירט אין דעם אופן ווי זאכן ווערן געמאכט. אנשטאט מאכן אלץ ביי האנט אין קליינע ווארשטאטן, האט מען זיי פאבריצירט מיט מאשינען אסאך ביליגער אין גרויסע קוואנטיטעטן אין פאבריקן.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין גרויסבריטאניע אין דעם 18טן יארהונדערט, און האט זיך פארשפרייט צו אייראפע און אמעריקע ביזן אנהייב 19טן יארהונדערט.

נייע ערפינדונגען זענען אויך געווארן אויפגענומען אין מינעריי, מעטאל ארבעט און טראנספארט פון גוטער. אויך אין לאנדווירטשאפט האט מען איינגעפירט נייע מעטאדן וואס האט איבערגעלאזט פארם ארבעטער אן ארבעט. האבן זיי זיך געצויגן אין די שטעט צו ארבעטן אין די פאבריקן.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע איז געווען א וויכטיקע פאזע אין דער היסטאריע פון טעכנאלאגיע.

דער דאמפמאטאר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די חשובסטע נייע ערפינדונג פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע איז געווען דער דאמפמאטאר. אין 1776 האט דזשיימס וואט ערפינדן דעם דאמפמאטאר צו שאפן קראפט פאר די פאבריקן און אויספאמפען די טיפערע מינעס. מ'האט אויך געניצט דעם דאמפמאטאר אין באן מאטארן. דער עיקר מקור פון קראפט איז געווארן היץ פון פארברענען קוילן.

רעזולטאטן פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • דער דאמפמאטאר האט פארנומען דאס ארט פון מענטשלעכער ארבעט און פערד.
  • אייזן און שטאל זענען געווארן ביליג, און מ'האט אנגעהויבן ניצן שטאל אנשטאט האלץ אין קאנסטרוקציע.
  • מ'האט אויפגעשטעלט באנען איבעראל אין ענגלאנד, און סיי מענטשן סיי פראכט האבן ארומגעפארן גאנץ גיך.
  • מיט דער קראפט וועבשטול האט מען געקענט מאסן-פראדוצירן שטאף און קליידער.