אלעזר בן חרסום
פאך | כהן |
---|---|
אַמט | כּהן גדול |
רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א תנא, וואס ווערט נישט דערמאנט אין משניות.
זיין צייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער רמב"ם רעכענט אויס רבי אלעזר בן חרסום צוזאמען מיט אנטיגנוס איש סוכו, פון צווייטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[1]
איבער אים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א כהן גדול און געטוהן די עבודה אין בית המקדש עלף יאר.[2] זיין מוטער האט אים געמאכט גאר א טייערן אויבער-העמד פאר צוויי מאל צען טויזנט מנה וואס ער זאל אנטוהן אלס כהן גדול, אבער די אנדערע כהנים האבן אים עס נישט געלאזט אנטוהן, וויבאלד ס'איז געווען דורך זיכטיג.[3]
רבי אלעזר בן חרסום איז געווען א ריזן עושר,[4] זיין פאטער האט אים איבערגעלאזט טויזנט שטעט, און טויזנט שיפן, אבער צוליב זיין ליבשאפט צו תורה איז רבי אלעזר בן חרסום זיי אפילו נישט געגאנגען איבערקוקן, נאר געזעצען און געלערנט גאנצע טעג און נעכט.[3]
די גמרא פירט אויס: ר' אלעזר בן חרסום מחייב את העשירים. אויב איינער וועט זאגן איך קען נישט לערנען קיין תורה ווייל איך האב וויכטיגע געשעפעטן וועט מען אים ברענגען א ראיה פון ר' אלעזר בן חרסום ער האט געהאט וויכטיגערע געשעפטן ווי דיר און דאך האט ער שטענדיג געלערנעט.[3]
עס ווערט דארט פארציילט אז אפילו ער האט געהאט אזויפיל געלד דאך האט זיך געפלאגט און פרויבירט מיט אלע כוחות צו לערנען די תורה. ער פלעגט נעמען א פעקל מעל אויף די פלייצעס און ארום פון שטאט צו שטאט טרעפן תלמידי חכמים צו לערנען מיט זיי. איינמאהל אינמיטן וועג האבן אים באגעגענט די פאליציי וואס זענען געווען פון זיין אייגענע שטאט, און האבן אים געזאגט אז יעדער איז מחויב צו ארבעטן פאר דער רעגירונג, דעריבער זיי מוחל און הייב אן צו ארבעטן, האט ער זיי געזאגט לאזט מיך אפ איך וויל גיין לערנען תורה, האבן זיי אים געזאגט: מיר שווערן זיך ביי דעם לעבן פון אונזער האר ר' אלעזר בן חרסום אז מיר וועלן דיך נישט אפלאזן, ער האט זיי נישט געוואלט אויסזאגן אז דאס איז ער זעלבסט ווייל ער האט נישט געוואלט הנאה האבן פון דער תורה.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפרענצען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]