סאלפארד
מראה
|
די סיטי פון סאלפֿארד איז א שטאָט (סיטי) און א שטאטישע באצירק פון גרויס-מאנטשעסטער, ענגלאנד, וואס באציט זיך מערב פון סאלפֿארד אריינצונעמען די שטעטלעך עקלס, ווערסלי, סווינטאן, וואלקדן, קליין האלטאן און אירלאם.[1] די סיטי האט א באפעלקערונג פון 245,600, און ווערט אדמניסטרירט פון דעם סאלפֿארד בירגער־צענטער (ענ') אין סווינטאן.[2]
דער טייך אירוועל איז דער דרום־מזרח גרענעץ, מיט מאנטשעסטער, און דער מאנטשעסטער שיף-קאנאל איז דער דרום גרענעץ, מיט טראפֿארד.
יידן און יידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]3.3% פון דער באפעלקערונג פון סאלפֿארד זענען יידן. אין די געגנטן בראטאן פארק און העכער בראטאן געפינט זיך איינע פון די גרעסטע חרדישע געמיינדעס אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ פאראייניגטע קעניגרייך צענזוס. Greater Manchester Urban Area. statistics.gov.uk. ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 5טן פעברואר 2009. דערגרייכט דעם 6טן דעצעמבער 2007.
- ↑ Population estimates 2015 by district. Statistics.gov.uk.