פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 22
מראה
- פאריז מעיאר פארשפרעכט קליינע אייפל טורעם געשאנק פאר ירושלים. [1]
- חב"ד מחלוקת אפדעיטס: נאך בילדער פון די געשלעגן צווישן די שלוחים און משיחיסטן אינמיטן א פארברענגען אין 770. [2]
- טענה פון די משיחסטען: אז דער גאנצער חילול ה' איז שולדיג די שלוחים ווייל זיי האבן אריינגעלאזט ר' אברהם שם טוב וואס פייפט זיך אן אין א בית דין, און טאר נישט אריינקומען אין א הייליג פלאץ ווי א שול. [3]
- קרוין הייטס חברה שומרים זענען מיט ר' אברהם שם טוב און ר' יודל קריינסקי און זיי האבן געהאלפן די שלוחים פארשטילן די משיחיסטען [4]
- אווענט צו געבן כבוד פאר פילאנטראפ וואס האלט אויס אלע שלוחים איבער דער גארער וועלט פאר זייער ערשטער יאר אויף א פלאץ. סעמי ראהאר און זיין זון דזשארדזש ראהאר. סאטמאר כאר שירה העלפט ארויס ר' אברהם פריד. בילדער. [5]
- קרעמער פון זשערי סיינפעלד טעלעוויזשען זשוי פארעדט זיך מיט ראסיזם. ווידיאוי. [6]
- געי וועב סייט באשרייבט די קאנטער פראטעסט קעגן די חרדים וואס האבן מוחה געווען אין מאנהעטען קעגן די ציונים צוליב די תועבה מארטש, מיט סטעיטמענט פון סאטמאר ספאוקסמאן, וואס זיי שרייבן אז ווילאנג די דעמאקראטישער פארטיי קאנדידאטן וועלן געבן געלט פאר חרדים מעגן זיי שטיצען תועבה און אבורטאציע סאטמאר וועט וואוטען פאר זיי ווי איידער די רעפובליקאנער, און ענדיגן צו מיט א טשעפע אז דאס ווייזט ווי אומטעלארירבאר די אידן זענען, אז די געיס געבן זיי געלט און אנערקענען זייערע רעכטן אבער די חסידים נעמען נאר די געלט און אנערקענען נישט די רעכטן פון די געיז. [7]
- אלגעמיינער: ר' מארק שניאור וועט בויען א שול אין מידטאון מאנהעטן אין ווערד פון פינעף און דרייסיג מיליאן דאלער. [8]
- חסידישע פאליטיק: סאטמאר- ארונים מיט בעלזא פלאנירן וויאזוי צו מאכן א שטיקל שלום, אז בעלזא זאל ווערן אנגעקוקט ביי די ארונים ווי וויזניץ און אלע אנדערע אגודיסטישע חסידותער. [9]
- נייער דעזיין פאר חרידישער בילדער מאגאזין כל העולם כולו. [10]
- שידוך אין בראד קהילה אין וויליאמסבורג. [11]
- תולדות אברהם יצחק רבי באזוכט ביים קלויזענבארג רבי אין בארא פארק. בילדער. [12]
- מאנהעטן דיימאנט דיסטריקט: דימאנטן רויב אין ווערט פון הונדערטע טויזענטע דאלער. פארברעכער נישט געכאפט. [13]
- זשויניט ספענדט 45 מיליאן דאלער צו שיקן חרדים ארבייטען פאר פרנסה. [14]
- בג"ץ אין ארץ ישראל פאסקענט אז רעגירונג מוז אנערקענען געיז אדער לעסביעןס וואס האבן חתונה געהאט אין חוץ לארץ אלס לעגאלע חתונה געהאטע פארפאלק פונקט ווי מאן און פרוי. [15].
- אפסטעיט ניו יארק: שרעקליכע קאר עקסידענט אויף רוט 6 נעבן קרית יואל. [16]
- דער חרדישער נגינה שטערן ר' ליפא שמעלצער באעהטערט ביים ביקור חולים] ד'ראקלענד קאונטי באנקעט. [17]
- קרוין הייטס: נאך הצלחה פון פאליציי טוירעם אפצוהאלטן קריים אין דעם געפאלגטען שווארצע געגענט ווערט די איינפאל נאכגעטאן צו פייטן קריים אין הארלעם. [18]
- אידישער אינטערפאל געפענט אין אייראפע צו כאפן מענער וואס אנטלויפן נישט צו געבן פאר זייערע ווייבער גיטן זיי לאזן פארבלייבן און ליידן עלענד אליינס אלס עגונות, די ספעציעלע פאליצייאישע איינהייט וועט ברענגן אט די מענער צו גערעכטיגקייט פון די הויפט בית דין פון שטאט. [19]
- ענגלישער קרוין-פרינץ טשארלס איז מנדב אידישע קהילה צענטער געביידע אין קראקא. [20]