פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 7
מראה
- אייגענארטיקער חידוש אין סקאקי א מאדערן ארטאדאקסישע אידישע פארשטאט אין שיקאגא: עס האט זיך געפענט א ריזן אפיס בנין וואס אירע טענעטס זענען דוקא בלויז פרומע אידישע ביזנעסער, און אינדערמיט איז פארהאן א בית המדרש וואס ווירבעלט מיט שיעורי תורה און מנינים דורכאויס דעם טאג. [1]
- כל העולם כולו לייגט אויפן פראנט קאווער עמאציאנעל גרויסען בילד פון ר' בעריש ספינקער שליט"א ביי חתונה פון קינד. [2]
- געריכט אין ארץ ישראל, שליידערט אריין אידיש פארפאלק אין טורמע אורטייל פאר 9 חדשים, פארן אריינווארפן א קאפ פון א חזיר אין א מאסק. [3]
- בארא פארק אסעמבלימאן ר' דוב הייקינד רופט פארן רעזיגנאציע פון פרעמיער מיניסטער אהוד אולמערט. [4]
- זאלי סאטמאר בית דין פון ברוקלין, שטעלט זיך צו צו רוב בית דין פון עדה החדית צו באשמוצען קלעצקין. [5]
- קנאים פייערן נצחון אין כיכר השבת מיטן באפרייאונג פון קלעצקין קאמפעטישאן. [6]
- דער וועלט בארימטער אידישער בדחן און זינגער ר' ליפא שמעלצער מיט נייעם טעיפ: ליפא זינגט הלל. [7]
- בית דין פון ספרדישע רבנים הערן אויס טענות קעגן ספרדישען רב וואס האט געשאלטען און געסטראשעט מיט פעטש זיינע מתנגדים, שליסן דעם זיצונג אן קיין פובליק פסק. [8]
- געריכט ווארפט אפ פסק פון רבנים וואס האן געהייסן פאליציי אריינשליידערן פרוי וואס האט געשאלטען בית דין אין תפיסה. [9]
- בית שמש: קנאים וואנדאליזירן פאליציי קאר ווען זיי קומען ארעסטירן אנדערע קנאים. [10]
- מאנסי: טראגישער קאר עקסידענט אויף רוט 306, פאליציי זוכט עדות. [11]
- הרב אלישב מיט גור'ע רבי פארלאנגן פון אל על א לעגאלער אונטערשריפט אויף א קאנטראקט נישט צו מחלל שבת זיין מער. [12]
- ר' רפאל האלפערין פארפליכט זיך אויסצאלן יעדן לויער קאסט פאר חרדים וואס ווילן קלאגן אל על פאר חילול שבת. [13]
- חנוכה מנורה צערעמאניע ווערט בלאקירט דורך שטאט ראט אין קאלאראדא צוליב די שטאט און רעליגיע וואנט, אבער סענאטור מיט חב"ד שליח פלאנען שוי דאון יא צו מאכן א צערעמאניע. [14]
- בר מצוה בחור שטעלט צוזאם $10,000 פאר קענסער פאציענט צו זיין בר מצוה ווערן. [15]
- זארג אין נייעם געגעט פון מזרח ירושלים: הר חומה, נאכדעם וואס רוסישער ביליאנער ארקעידי גאידמאק קויפט אפ 6 וואלקן קראצער געביידעס פאר לאו אינקאם פאמיליעס. [16]
- ערשטע מאל אין היסטאריע: חרדים וועלן זיך צוזאמזעצן דן זיין איבער ענווייערמענטל אישוס. [17]
- באנק פועלי אגודת ישראל איז דער איינציגסטער פרומער אידישער באנק אויף די וועלט, ליינט וויאזוי אירע דירעקטארען הייבן אן יעדעס טאג מיט א מיטונג קודם איבער א דבר תורה אויף די וואכעדיגע סדרה. [18]
- חב"דסקער מאגאזין כפר חב"ד האט די וואך, אויפן פראנט קאווער א שמועס און געשיכטע פון ר' מענדל וועכטער שליט"א; וויאזוי און פארוואס איך האב איבערגעלאזט סאטמאר און געווארען א ליובאוויטשער חסיד. [19]
- ווען מען פרעגט ר' מענדל וועכטער וואס פארקויפט חסידות ווערט ער שטום פון התרגשות, ערשט דערנאך ווען מען מוטשעט אים פרעגט ער צוריק וואס איז אזוי גוט אין לעבן? חסידות איז לויט אים דער טעם אין לעבן. [20]