לדלג לתוכן

פאראייניגטע אראבישע עמיראטן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פאראייניקטע אראבישע עמיראטן)
שטאַט פון פֿאַראייניגטע אַראַבישע עמיראַטן
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אזיע
אָפֿיציעלע שפּראַך אראביש
הויפּטשטאָט אבו דאבי
רעגירונג
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער

גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
83,600 קוואַדראַט ק"מ
116ט
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צײַט זאָנע UTC + 4
אינטערנעט דאָמען .
טעלעפֿאָן קאָד +

די פאראייניגטע אראבישע עמיראַטן איז א לאנד אין מדבר, אין דרום מזרח אראבישער האלבאינדזל, געפונט זיך אין דרום מערב אסיע. רייך געווארן פון נאפט. דאס לאנד איז א פעדעראלע, און האט זיבן עמיראטן (קעניגרייכן-פראווינצן). אבו דאבי, דוביי, אדזשמאן, פאדזשיירע, ראס על חיימע, שארדזשא, אום על קיווין.

דאס לאנד גרענעצט מיט אמאן פון מזרח, און מיט סאודי אראביע פון דרום און מערב, פון צפון איז דער פערסישער איינגאס. פון מזרח איז דא בערג, די העכסטע איז ביי 2,500 מעטער הויך, וואס גלייכט זיך אויס ביזן סאודישן גרענעץ.

דאס לאנד האט נישט קיין זיס וואסער, אויפן אויבערפלאך, רוב וואסער איז קוועלער, אדער קריסטאליזירטע וואסער פון ים. אין די געגנט רעגנט בלויז 80 מילימעטער רעגן וואסער א יאר.

די באפעלקערונג, איז 4,588,697 איינוווינער (2006). די אונטערשידט צווישן מענער און פרויען איז אומנאטירלעך, און שטייט ביי 2.7 מענער קעגן א פרוי.

די באפעלקערונג איז 19 פראצענט עמיראטישע, 23 פראצענט אראבער, פון איראן. 58 פראצענט זענען פון אינדיע, פאקיסטאן, באנגלאדעש, און אנדערע אזיאטישע לענדער. 76 פראצענט איינוווינער זענען מוסלמענער, פון זיי 85 פראצענט סוני, איבריגע שיאטן, 9 פראצענט פון די באפעלקערונג זענען קריסטן.

דאס לאנד באשטייט פון אימיגראציע, בלויז 15 פראצענט זענען עמיראטישע, 85 פראצענט זענען פון אויסלאנד, און 20 פראצענט האבן בירגערשאפט.

די ערשטע מענטשן וואס זענען געקומען, זענען געווען שיפלער, וואס האבן אנגענומען די איסלאמישע רעליגיע, אין דעם 7טן יארהונדערט.

אנהייב זעכצנטעטע יארהונדערט, האט זיך אנגעהויבן דאס אימפעריאליסטישע געיעג, איינצונעמען לענדער, און אנטדעקן די וועלט, פארטוגאל איז די ערשטע אנגעקומען, און נאכגעפאלגט ביי גרויסבריטאניע, און האלאנד. מיט די צייט האט גרויסבריטאניע, געווינען אין זייער געיעג. די שבטים וואס האבן באזעצט די שטח, האבן זיך מייסטנס פארנומען מיט ים רויבעריי, ביז בריטאניע האט אונטערגענומען שריט, קעגן די רויבערייען אין די ניינצטען יאר הונדערט, וואס האט געברענגט די רויבערייען צו אן ענדע. אין 1820 האבן די הערשער אונטערגעשריבן דעם אפמאך, ווי זיי שטימען איין אויפצוהערן מיט די רויבערייען, זייט דעמאלט איז די געגנט גערופן געווארן, די פייער אפשטעל געגנט. אין 1853 זענען די געגנטער געווארן אריינגערעכנט, אין א פראטעקטאראט אונטער בריטאניע, און העלפן די הערשער מיט געלט.

אין 1952, האט ענגלאנד געפאדערט די זיבן עמירן, זאלן ארבעטן אינאיינעם האנט ביי האנט, אויף א פעדעראלע שטייגער, ווי א ראט מיט א בריטישע מיטגליד.

אין 1968 האט ענגלאנד ארויסגעצויגן אירע ארמייען, מזרח פון סועץ קאנאל, און אין 1971 איז די שטח געווארן זעלבשטענדיק, די זיבן פעדעראציע קעניגרייכן, האבן אנגעהויבן א ריי געשפרעכן, מיט קאטאר, און מיט באכריין צו שאפן א פאראייניגונג מיט זיי, עס האט זיך נישט אויסגעארבעט, און די צוויי זענען געווארן זעלבסטשטענדיקע לענדער, און זעקס פון די זיבן עמיראטן, האבן געגרינדעט די פאראייניקטע אראבישע עמיראטן, און א יאר שפעטער האט ראס על חיימע זיך אויך אנגעשלאסן.

קריגערייען האבן זיך אנגעפאנגען באלד דערויף, די שייכן צווישן זיך, אמאן, און מיט סאודי אראביע וועגן די גרענעץ. איראן האט איינגענומען אינזלען אין פערסישער איינגאס, א געשיכטע נישט געשליכטעט ביז היינט, און די עמיראטן האבן דערפאר, אן עקסטערע האס קעגן איראן.

זיי האבן נישט געוויסט פון רויגקייט אנגעהויבן מיטן איסלאמישן רעוואלוציע אין איראן 1979. איראן-איראק מלחמה, 1988-1980. די איראקע אינוואזיע אין קאווייט, 1990. סאדאם כוסעין, האט באשולדיקט די עמיראטן, מיט די זעלבע טענה ווי קאווייט, אז זיי פארקויפן מער נאפט ווי אפע"ק ערלויבט, און דערביי גענבנען זיי פון איראק. זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די אינטערנאציאנאלע קאאליציע, פון די פאראייניגטע פעלקער, און ביי די ערשטע גאלף קריג, ארויסגעשטויסן איראק פון קאווייט.

נאכן קריג, האבן די עמיראטן אנגעקניפט פארבינדונגען מיט מערב וועלט לענדער. זינט איר גרינדונג, זענען די עמיראטן א מיטגליד אין אראבישע ליגע. און שטענדיק אנגענומען פיינטליכע שטימונג קעגן ישראל, נאכן אסלא אפמאך, האבן זיי געפירט געשפרעכן מיט ישראל, וואס האט זיך שפעטער אפגעהאקט, ווען די שלום האט זיך פארהאנקערט.

ביז די 1960ער יארן, איז דאס לאנד געווען א פארלאזטע, און ארעם. ביז מען האט געפונען נאפט, דאס האט רייך געמאכט דאס לאנד, און דראסטישע ענדערונגען זענען פארעקומען אין לאנד. ווי געזאגט איז לאנדס עקאנאמיע באזירט אויף נאפט און אויך נאטירלעכע גאז, אבער זיי פאבריצירן אלומיניום, בוי מאטריאל, טעקסטיל. וויבאלד די קלימאט איז א מדברדיקע, איז קיין לאנדווירטשאפט נישט פאראן.

אין 1974 האבן זיי זיך אנגעשלאסן צו אפע"ק, וואס האנדלט איבער די נאפט, וויפיל ארויסצוציען, און וויפיל געלט צו פארלאנגען פאר א פאס.

די טוריזם איז אויך שטארק זינט די 1980ער יארן, און אסאך אייראפעישע קומען אויף קורארט, קיין דוביי אין ווינטער, וואו עס איז ווארעם. אויך דאס עפענען די לופט פאר אלעמען, האט אריינגעברענגט לופטליניעס וואס פליען צום ווייטן מזרח, וואס שטעלן זיך אפ דארט.

אין דוביי געפונען זיך אסאך וואלקן קראצער צווישן זיי בורדזש כאליפא, די העכסטע געביידע אין דער וועלט. אויך דער העכסטער האטעל אין דער וועלט, בורדזש על אראב, איז דארט. מען בויט אויך דעם דוביי וועלט צענטראלער אינטערנאציאנאלער פליפארט, און די דריי פאלם אינזלען, וואס זענען די גרעסטע קינסטלעכע אינזלען אין דער וועלט.

אַזיע-לענדער 
אוזבעקיסטאן · אזערביידזשאן · אינדאנעזיע · אינדיע · איראק · איראן · אָמאַן · אפגאניסטאן · ארמעניע · בהוטאן · באכריין · באנגלאדעש · ברוניי · גרוזיע · דרום קארעע · וויעטנאם · טאדזשיקיסטאן · טורקמעניסטאן · טיילאנד · טערקיי · יאפאן · יארדאניע · ישראל · כינע · לאַאָס · לבנון · מאלדיוון · מאלייזיע · מאנגאליי · מזרח טימאר · מיאנמאר · נעפאל · סאודי אראביע · סיריע · סינגאפור · סרי לאנקא · פאקיסטאן · פאראייניגטע אראבישע עמיראטן · פיליפינען · ציפערן · צפון קארעע · קאזאכסטאן · קאטאר · קאמבאדיע · קואווייט · קירגיזסטאן · רוסלאנד · תימן


לענדער אין דער אַראַבישער ליגע  
איראק - אלזשיר - אָמאן - באכריין - דזשיבוטי - טוניסיע - יארדאניע - לבֿנון - ליביע - מאריטאניע - מאראקא -סאודי אראביע - סאמאליע - סודאן - סיריע - עגיפטן - פאראייניגטע אראבישע עמיראטן - פאלעסטינע (פל"א) - קאטאר - קאמאראס - קואווייט - תימן