לדלג לתוכן

בורדזש כאליפא

פֿון װיקיפּעדיע
בורדזש כאליפא
برج خليفة
www.burjkhalifa.ae
בורדזש כאליפא

בורדזש כאַליפֿאַ (אַראַביש: برج خليفة, טייטש "כאליפא טורעם") איז א וואלקן קראצער אין דוביי, פאראייניגטע אראבישע עמיראטן. מ'האט אנגעהויבן בויען דעם 21סטן סעפטעמבער 2004. בשעת ווען מען האט אים געבויט האט מען גערופן דעם טורעם בורדזש דוביי (דוביי טורעם), אבער ביים עפענען דעם 4טן יאנואר 2010 האט מען געגעבן די געביידע דעם נאמען פון כאליפא בין זייד אל נאחיאן, דער פרעזידענט פון די פאראיניגטע אראבישע עמיראטן. דער טורעם איז הויך 829.84 און איז דער העכסטער געבויטער סטרוקטור אין דער וועלט. די געביידע האט 163 שטאק. די ליפטן פארן זייער גיך, 64 ק"מ/שעה.