דוביי (עמיראט)

פֿון װיקיפּעדיע
דוביי (עמיראט)
إمارة دبيّ
הימל־ליניע ביינאכט
מדינה / טעריטאָריע פאראייניגטע אראבישע עמיראטן
קאָאָרדינאַטן 25°15′52″N 55°18′42″E / 25.26444°N 55.31167°E / 25.26444; 55.31167קאארדינאטן: 25°15′52″N 55°18′42″E / 25.26444°N 55.31167°E / 25.26444; 55.31167
גובערנאַטאָר מוחמד בן ראשד אאל מכתום
הויפּטשטאָט פון עמיראט דוביי
שטח 4144 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין עמיראט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

2,262,000‏  (שטייענדיג 2008)
418 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+4
אפיציעלער וועבארט

דער עמיראט פון דובײַ (אראביש: إمارة دبيّ; ענגליש: Emirate of Dubai) איז איינער פון די זיבן עמיראטן אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, וואס געפינט זיך אויפן פערסישן איינגאס.

דוביי איז דער צווייטער גרעסטער עמיראט אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן, נאך אבו דאבי. דער היינטיגער הערשער פון דוביי איז מוכאמאד בין ראשיד אל מאקטום, וואס דינט אויך ווי וויצע־פרעזידענט און פרעמיער מיניסטער פון די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

די הויפשטאט פונעם עמיראט איז דוביי.

אנדערש פון די אנדערע עמיראטן, קומט די הכנסה פון דוביי נישט פון נאפט (נאר 6%) נאר פון טוריזם.


די טוריזם אין דוביי איז שטארק זינט די 1980ער יארן, און אסאך אייראפעישע קומען קיין דוביי אויף קורארט אין ווינטער. אויך דאס עפענען די לופט פאר אלעמען, האט אריינגעברענגט לופטליניעס וואס פליען צום ווייטן מזרח, וואס שטעלן זיך אפ דארט.

די אפיציעלע רעליגיע פונעם עמיראט איז איסלאם.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: דוביי (עמיראט)