קלימאט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

קלימאַט באדייט די דורכשניט וועטער באדינגונגען אין א געוויסן ארט במשך א לענגערער צײַט. דער קלימאט איז די לאנג-משכ'דיקע פארויסזאגנדיקע לאגע פֿון דער אטמאספער. עס ווירקן אויף אים פֿיזיקאלישע אייגנשאַפֿטן ווי בערג, טייכן,, מדבריות, אראפדריקונגען און נאך.

די עיקר עלעמענטן פֿון וועטער און קלימאט: טעמפעראטור, לופטדרוק, ווינט, אפזעץ (רעגן, שניי, טוי), פייכטקייט און זונשיין. זיי העלפֿן מענטשן צו באשרײַבן די צושטאנדן פון וועטער און קלימאט.

די מערסטע גענוצטע קלאסיפיקאציע סיסטעם פון קלימאט איס די פון וולאדימיר קעפן. מען גיט נעמען פאר די פארשידנארטיקע קלימאטן למשל: מילד, פארטרוקנט, קאלט, טרוקן, טראפיש, עקוואַטאריש, מיטלענדיש.

די געאגראפישע ברייט פון אן ארט איז שטארק משפיע אויף זיין קלימאט.

אונטערארקטיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

ראיאנען מיט א אונטערארקטישן קלימאט (האבן א לאנגען ווינטער, אפטמאל זייער קאלט, און קורצע ווארעמע זומערן).

מילד[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

מילדע קלימאטן האבן פיר סעזאנען. טערקיי און מערסטע אייראפעישע לענדער האבן מילדע קלימאטן.

פארטרוקנט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פארטרוקנטע קלימאטן זענען זייער וואַרעם, ווי מדבריות. זיי האבן איין אדער צוויי סעזאנען ווי: סאודי אראביע און רוב אפֿריקאנער לענדער.

טראפיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

טראפישער קלימאטן האבן ווארעמע טעמפעראטור און צויי סעזאנען; נאַס און טרוקן.

מיטלענדיש[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

דער מיטלענדישער קלימאט איז געוויינטלעך ווארעם און טרוקן אין זומער, קאלט און נאס אין ווינטער.