לדלג לתוכן

מרדכי האגער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מאטעלע וויזיניצער)
מרדכי האגער
וויזשניצער רבי אין מאנסי
הרב מרדכי האגער, וויזשניצער רבי
הרב מרדכי האגער, וויזשניצער רבי
געבורט י"ח תמוז תרפ"ב
גרויסווארדיין
פטירה כ"ט באדר ה'תשע"ח
מאנהעטען, ניו יארק
קבורה ארט בית החיים ד'קהל תורת חיים וויזשניץ-מאנסי
חסידות וויזשניץ מאנסי
פירערשאפט תשל"ב - תשע"ח
הויף ארט מאנסי
נומער אין דינאסטיע 5
פאריגער רבי חיים מאיר האגער
זיינע רביס רבי ישראל האגער פון וויזשניץ
ספרים תורת מרדכי
פאטער רבי חיים מאיר האגער
מוטער מרגליא טווערסקי
ווייב1 פייגא מלכה טווערסקי
ווייב 2 סימא מירל טווערסקי
קינדער 2
ציפורה טווערסקי
פנחס שלום האגער
ישראל האגער
מלכה חנה רחל פיש
הינדא ראטנבערג
אליעזר זאב האגער
יצחק יוחנן האגער
דוד האגער
חוה רייזל טווערסקי
אהרן האגער
מנחם מענדיל האגער
ברוך שמשון האגער
גאלדא מאשקאוויטש
ברכה טווערסקי

הרב מרדכי האגער (י"ח תמוז, תרפ"ב - כ״ט אדר תשע״ח), אויך באוואוסט אלס ר' מאָטעלע, איז געווען דער פינפטער רבי פון דעם "וויזשניצער חסידות" . ער און זיין ברודער רבי משה יהושע האגער, דער "ישועות משה", האבן זיך צעטיילט דאס חסידות פון וויזשניץ נאך דער פטירה פון זייער פאטער, רבי חיים מאיר האגער, דער „אמרי חיים". ר' מאָטעלע האט זיך הויפטקווארטירט אין מאנסי און ר' משה'לע איז געבליבן אין בני ברק.

רבי מרדכי איז געבוירן אין יאר ה'תרפ"ב צו זיין פאטער, רבי חיים מאיר האגער פון וויזשניץ, און זיין מוטער מרת מרגליא, א טאכטער פון רבי וועלוועלע טווערסקי פון רחמיסטריווקא. זייט זיינע קינדערישע יארן איז ער געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי ישראל האגער דער "אהבת ישראל". יונגערהייט האט ער איבערגעלאזט זיין פאטער'ס שטוב און געגאנגען לערנען א שטיקל צייט ביים סאטמארער רבין, רבי יואל טייטלבוים.

שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון דעם בעל ויחי יוסף פון פאפא וועמען ער האט פארעכנט פאר זיין רבי'ן. אין די ביטערע קריגס-יארן, איז זיין טאטע דער אמרי חיים געראטעוועט געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. (א גרויסער אנטייל אין דער רעטונג פון דער משפחה האט גענומען די שוועסטער פונעם רבי'ן הרבנית מרת שבע ברכה ערנסטער דער רבי האט געפלוכטעט קיין בוקארעסט, רומעניע, אום י”ט אייר, א טאג נאך ל”ג בעומר. שפעטער, נאכדעם וואס ער איז שוין אנגעקומען צו א זיכערן ארט, פלעגט ער יעדעס יאר אפצייכנען די אומפארגעסליכע געשעעניש און פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה און אומגעהויערע ניסים וואס דער אייבישטער האט געמאכט.

נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.

חודש סיון ה'תש"ה, זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פייגא מלכה, די טאכטער פון רבי יעקב יוסף טווערסקי, דער פריערדיגער סקווערער רבי. נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית מרת סימא מירל, און מיט איר האט ער אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, רומעניע.

ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט-געווייקטן אייראפעישן באדן, האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע, וואו איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר פאר זיין פטירה, ער”ח ניסן תש”ח. זאפארט נאך דעם אנקום קיין אמעריקע, האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר די ארטיגע וויזשניצער חסידים, צום ערשט האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק, און נאכהער אין וויליאמסבורג.

אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דעם הויז פונעם סאטמארער רבי הרה"ק רבי יואל טייטלבוים, פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי’ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, און גלייכפאלס האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פונעם רבי'ן.

אין יאר ה'תשכ"ד, האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס’איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס’איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזשניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.

ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר’ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע.

אין ה'תשל"ב, נאך דער פטירה פון זיין טאטן, זענען ביידע ברידער באקרוינט געווארן רבי'ס. אין ארץ ישראל האט איבערגענומען דער פירערשאפט דער עלטערער ברודער, רבי משה יהושע, און אין אמעריקע רבי מרדכי.

כ״ט אדר תשע״ח צופרי, איז ער נפטר געווארן אין שפיטאל אין מאנהעטן, ניו יארק, און באערדיגט געווארן אין בית החיים ד'קהל תורת חיים וויזשניץ מאנסי, אין א ריזיגער לוויה וואס איז ארויס פון בית המדרש הגדול לבוש מרדכי אין מאנסי. לויט דער צוואה, זענען אלע זיינע זין באקרוינט אלס רבי'ס,[1] יעדער אין זיין וואוינארט.

רבי מאטאלע איז געווען אנגעקניפט צו זיין זיידן רבי ישראל האגער דער "אהבת ישראל

ער פלעגט אסר׳ן פאר זיינע חסידים די איינוואוינערס פון בארא פארק און וויליאמסבורג צו טראגן אום שבת, טראצדעם וואס עס איז פאראן דארט אן עירוב.

זיינע דברי תורה זענען געווען באווירצט מיט גימטריא לויטן וויזשניצער שטייגער.

ער האט דערמונטערט זיינע חסידים וואס זענען אייגענטימערס פון געשעפטן און חתונה זאלן, אנצונעמען צום ארבעט נאר אידן.

ער האט נישט געלאזט כאפן בילדער פון אים און ער האט זייער שטארק געקעמפט קעגן דעם. די חתונות אין דעם וויזשניצער הויף אין מאנסי ווערן נישט פילמירט, און אין בית מדרש זענען אויפגעהאנגען צעטלעך וואס מעלדען צום עולם אז מ'טאר נישט כאפן קיין בילדער. און טאקע עס איז גאר א זעלטענע זאך צו טרעפן דעם רבינ'ס בילדער אין סיי וועלכע חרדי'שע וואכנשריפטן אדער צייטונגען.

ער האט דערמונטערט ביי זיך אין דער משפחה חתונות צווישן שוועסטער-קינדער, און אין 99 פראצענט פון די שידוכים, זענען סיי דער חתן און סיי די כלה אייניקלעך/אור אייניקלעך פונעם רבי'ן.