לדלג לתוכן

גימטריא

פֿון װיקיפּעדיע
די ווערט פון די אותיות
בגימטריא
אותערך
א1
ב2
ג3
ד4
ה5
ו6
ז7
ח8
ט9
י10
כ20
ל30
מ40
נ50
ס60
ע70
פ80
צ90
ק100
ר200
ש300
ת400
ת"ק500
ת"ר600
ת"ש700
ת"ת800
תת"ק900
תת"ר1000

גימטריא מיינט אז יעדער אות פון לשון הקודש האט א ווערט לויט נומערן.

עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו רעכענען גמטריאות, אזוי ווי די ענדע אותיות מנצפ"ך קענען ווערן גערעכנט לויט זייערע אותיות ווערט, אבער לויט געוויסע חשבונות ווערט דאס גערעכנט צו די הונדערטער נומערן נאך ת' (ך=500, ם=600, ן=700, ף=800, ץ=900) אזוי קומט אויס אז ב"ן איז בגימטריא שב"ת.

גימטריאות טרעפט מען שוין אין די גמרא, און אין ספרי קבלה, און ספרי חסידות.

הייינט צו טאג'ס באנוצן זיך בדחנים מיט שיינע גמטריאות ווען זיי גראמען ביי א חתונה.

דער ספר "בעל הטורים" פון רבינו יעקב בן אשר איז פול מיט גימטריאות אויף די פסוקים פון דער תורה.