7 (נומער)
| גאנצע צאל | ||
|---|---|---|
| דעצימאל | 7 | |
| אין ווערטער | זיבן | |
| סדרדיקע צאל | זיבטער, זיבטע | |
| גימטריא | ז' | |
| פֿאַקטאָריזאַציע | 7 | |
| רוימישע צאל | VII | |
| בינארישע צאל | 111 | |
| העקס | 7 | |

זיבן איז די נאטירלעכע צאל וואס קומט נאך זעקס און פאר אכט.
7 איז גימאטריע ז'
אין מאטעמאטיק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין יידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די צאָל 7 האָט אין תנ"ך און גמרא און אויך אין שפּעטערע ספרים אַ געוויסע באַדייטונג. אין חומש בראשית א' און ב' ווערט דערציילט, אַז גאָט האָט באַשאַפן די וועלט אין 6 טעג און גערוט אין דעם 7טן טאָג; דערפון איז געװאָרן דער רו־טאָג שבת (שמות כ') פּסח און סוכות האָבן 7 טעג יום־טוב (דער 8טער טאָג פון סוכות איז אַ באַזונדער יום־טוב „שמיני עצרת”); פון צומאָרגנס פון פּסח („ממחרת השבת”, לויט דעם פּירוש פון דער טראַדיציע) ווערט געציילט 7 װאָכן (7 מאָל 7 טעג) און עס איז דער יום־טוב שבועות (ויקרא כ"ג); די געהיימע צאָלן אין ספר דניאל י"ג זענען אלע אַרום 7 (שבעתים, שבעים ושבעה), אין די שפּעטערע ספרים איז אָנגעװיזן געװאָרן אויף די „7 פּלאַנעטן” (שבעה כוכבי לכת) װאָס זענען דעמאָלט געווען באַקאַנט; דער ילקוט שמות רע"ו זאָגט „כל השביעיים חביבים למעלה” (אַלע זיבנטלעך זענען ליב אין הימל); די מפרשים אויף תורה (אבן עזרא סדרה תזריע און אַנדערּע) ווייזן אָן, אז דאָס טמא זיין 7 טאָג האָט אויך אַ שייכות דערמיט.
א שמיטה איז זיבן יאר און א יובל זיבן שמיטות.
קוואַלן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַרײַן דעם טעקסט װאָס געפֿינט זיך אונטערן זוכװאָרט „זיבן” אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 1) (1949) פון שמחה פיעטרושקא, וואָס איז הײַנט אינעם רשות־הרבים.