בינארישע סיסטעם
די בינארישע צאל סיסטעם איז א נומערן סיסטעם וואס ניצט נאר צוויי סימבאלן, געווענטליך 0 און 1.
פאלגנד זענען די ערשטע צען נומערן אין בינאריש:
בינאריש | אידיש |
---|---|
0 | נול |
1 | איינס |
10 | צוויי |
11 | דריי |
100 | פיר |
101 | פינף |
110 | זעקס |
111 | זיבן |
1000 | אכט |
1001 | ניין |
צו ציילן אין בינאריש פאנגט מען אן מיט די ערשטע קאלום אויף דער רעכטער זייט, די "איינסערס" קאלום. מען ציילט 0, 1, ביז מען האט מער נישט קיין סימבאלן, דאן גייט מען לינקס צום נעקסטן קאלום, די "צווייערס" קאלום. מען שרייבט 10 וואס מיינט 1 מאל צוויי מיט 0 מאל איינס. די דריטע קאלום איז די "פירערס", די פערטע קאלום איז די "אכטערס", און אזוי ווייטער, עס דאפלט זיך מיט יעדן קאלום. עס קומט אויס אז 100101 מיינט 1 מאל צוויי און דרייסיג, פלאס 0 מאל זעכצן, פלאס 0 מאל אכט, פלאס 1 מאל פיר, פלאס 0 מאל צוויי, פלאס 1 מאל איינס = זיבן און דרייסיג. אדער אויף דעצימאל 37.
די וועלט זאגט א ווערטל: עס זענען דא 10 סארט מענטשן, די וואס פארשטייען בינאריש און די וואס פארשטייען נישט בינאריש.
חיבור[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
צולייגן נומערן אין בינאריש איז גאנץ פשוט.
0 + 0 ← 0
0 + 1 ← 1
1 + 0 ← 1
1 + 1 ← 0, טראג 1 (ווייל 1 + 1 = 0 + 1 × 10 אין בינאריש)