יעקב בן אשר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

רבנו יעקב בן אשר (ה'כ"ט, 1269 בערך - י"ב תמוז ה'ק"ג, 1343) איז געווען א פוסק, באקאנט ווי דער "בעל הטורים" צוליב דאס גרויסע הלכה ספר וואס ער האט געשריבן, דעם "טור".

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

רבנו יעקב איז געבוירן געווארן אין קעלן, דייטשלאנד, דער דריטער זון פון רבנו אשר בן יחיאל (דער רא"ש) וואס איז געווען מיוחס צו רבי אליעזר בן נתן, דער ראב"ן פון די בעלי תוספות, און רבנו גרשום. ער האט געלערנט תורה ביי זיין פאטער, ווי אויך ביי זיין עלטערן ברודער רבי יחיאל. צוליב די רדיפות פון וואס די יידן אין דייטשלאנד האבן געליטן, איז דער רא"ש מיט זיין משפחה אריבער קיין טאלעדא איו שפאניע אין ה'ס"ד.

זיינע צוויי עלטערע ברידער, רבי יחיאל און רבי שלמה החסיד, זענען נפטר געווען יונג. כאטש ער איז געווען א גדול בתורה און האט געמוטשעט אויף פרנסה, האט רבנו יעקב נישט געוואלט אויפנעמען א רבנות שטעלע. נאך דער פטירה פונעם רא"ש, האט זיין יונגערע ברודער רבי יהודה געדינט אלס רב. זיינע ברידער רבי אליקים, רבי משה, רבי אליעזר און רבי שמעון זענען אויך געווען גרויסע למדנים אבער פון זייערע שריפטן איז גארנישט געבליבן.

בסוף ימיו איז רבי יעקב געפארן אין ארץ ישראל, אבער אונטערוועגס איז ער נפטר געווארן אינעם אינזל כיאס. די ספרדישע קהילה פון כיאס זאגן אז ער ליגט טאקע דארט, אבער אנדערע האלטן אז מ'האט געפירט זיין ארון צוריק אין טאלעדא און האט אים באערדיקט דארט.‏[1]

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  • בעל הטורים על התורה
  • ארבעה טורים
  • ספר הרמזים, המכונה קיצור פסקי הרא"ש

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

  1. שבת בשבתו, נומער 1035, רבי יעקב בן הרא"ש