קראון הײטס
קראַון הײטס אדער קרוין הייטס (ענגליש: Crown Heights) איז אַ געגנט אין ברוקלין, ניו יאָרק סיטי. אין קרוין הייטס געפינט זיך "770" דער ביהמ"ד פון ליובאַוויטשער רבין, און דאָס האַרץ און צענטער פון די דרײַ צענטראַלע מוסדות פון ליובאַוויטש - מחנה ישראל, אגודת חסידי חב"ד, און ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש.
אין קרוין הייטס וואוינען בײַ 3,000 אידישע משפחות, צווישן צענדליגער טויזנטער גוים.
אַמאָל פלעגט קרוין הייטס זײַן איינע פון די גרעסטע אידישע קיבוצים אין ניו יאָרק. דאָרט פלעגן זײַן הונדרעטער שולן, ישיבות, און פאַרשידענע אידישע מוסדות, ווי אויך פיל רבישע הויפן. אין די זעכציקער יאָרן, האָט זיך אָנגעהויבן אַן אײַנפלוס פון אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אין דער געגנט, און דעריבער האָבן רוב אידן זי פאַרלאָזן. הרב מנחם מענדל שניאורסאָהן, דער אָנפירער פון דעם לובאוויטשער חסידות האָט געהייסן זײַנע חסידים בלײַבן אין דער געגנט.
הײַנט צו טאָג וואוינען דאָרט הונדערט טויזנט אַפראָ־אַמעריקאַנער, און צוואַנציק טויזנט אידן א סאך פון זיי זענען חב"ד חסידים.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]געגנטן פון ברוקלין |
בארא פארק · בושוויק · בעדפארד סטייוועסענט · בּענסאנהורסט · ברייטאן ביטש · גרינפאנט · פארט גרין · וויליאמסבורג · קאנארסי · סי געיט · מיל בייסן · סטארעט סיטי · שיפסהעד ביי · קאני איילענד · פלעטבוש · מידוואוד · פארק סלאופ · פראספעקט פארק · דאונטאון ברוקלין · סאן סעט סיטי · קראון הייטס · און נאך... |