לדלג לתוכן

מנחם מענדל שניאורסאהן

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון מנחם מענדל שניאורסאָהן)
מנחם מענדל שניאורסאהן
ליובאוויטשער רבי
רבי מנחם שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבי
רבי מנחם שניאורסאהן, ליובאוויטשער רבי
עיקר חיבור לקוטי שיחות
געבורט י"א ניסן ה'תרס"ב
מיקאלייעוו, רוסלענדישע אימפעריע
חסידות ליובאוויטש
פאריגער רבי יוסף יצחק שניאורסאהן
נאכפאלגער [קיין]
ספרים היום יום, הגדה של פסח עם ליקוטי טעמים ומנהגים, אגרות קודש, ספר השיחות, שיחות קודש, ספר המאמרים מלוקט, ספר המאמרים, ליקוטי שיחות, תורת מנחם, רשימות
פאטער רבי לוי יצחק שניאורסאהן
מוטער חנה שניאורסאהן
א היסטאריש פארברענגען אין תש"ז, 1947 מיט חסידים און זיין מוטער רביצין חנה וועלכע זיצט אויבן אן. דער רבי איז דעמאלט געקומען פון ניו יארק קיין פאריז כדי מקבל פנים זיין מוטער וועלכע איז ערשט ארויס פון רוסלאנד. דער רבי האט זיך געטראפן מיט איר דאס ערשטע מאל נאך 19 יאר, זינט תרפ"ח ווען ער איז ארויס פון רוסלאנד מיט זיין שווער.

רבי מנחם מענדל שניאורסאהן (י"א ניסן תרס"ב) איז געווען דער לעצטער ליובאוויטשער רבי.

רבי מנחם מענדל איז באוואוסט אלס א גאון עולם, א בקי נפלא אין אלע טיילן פון תורה, ווי אויך אן אויסערגעוויינלעכער מלומד אין וועלטלעכע וויסנשאפטן. ער האט רעוואלוציאנירט אידישקייט, שיקנדיק טויזנטער שלוחים איבער דער גאנצער וועלט צו פארשפרייטן תורה און אידישקייט.

רבי מנחם מענדל שניאורסאהן איז געבוירן געווגארן פרייטיק י"א ניסן תרס"ב (1902) אין דער שווארצער ים פּאָרט שטאט ניקאלאיעװ, רוסישע אימפעריע, (היינט מיקאלייעוו, אוקראינע) צו זיין פאטער, רבי לוי יצחק שניאורסאהן, וואס איז געווען דער שטאטס רב פון יעקאטרינעסלאוו (היינט דניפרא) צווישן די יארן תרס"ז-תרצ"ט (1907-1939), און זיין מוטער חנה, א טאכטער פונעם ניקאלאיעווער, הרב מאיר שלמה יאנאווסקי. זיין פאטער איז געווען זיין הויפט רבי. ער האט געלערנט ש"ס און פוסקים, און אויך קבלה פון א חסידישן שטאנדפונקט. צו זעכצן יאר האט ער אנגעהויבן לערנען מאטעמאטיק.

י"ד כסלו תרפ"ט (1928) האט ער חתונה געהאט מיט חיה מושקא שניאורסאן, די מיטלסטע טאכטער פון דעם זעקסטן לובאוויטשער רבי'ן ריי"ץ. די חתונה איז פארגעקומען אין ווארשע, פוילן; כמעט אלע פוילישע רבי'ס זענען געווען אויף דער חתונה. נאך דער חתונה האט דאס יונגע פארפֿאלק געצויגן קיין בערלין. דארטן האט ער שטודירט א שטיק צייט מאטעמאטיק און פילאסאפיע אין אן אוניווערסיטעט און אויסגעהערט לעקציעס פון ערווין שרעדינגער.

אין 1933 האט הרב שניאורסאן געצויגן קיין פאריז, דארטן האט ער שטודירט מעכאניק און עלעקטרישע אינזשעניריע.[1] אין 1941 איז ער אנטלאפן פון פראנקרייך און אום כ"ח סיון ה'תש"א איז צוגעקומען צו זיין שווער, הרב יוסף יצחק שניאורסאן, אין דעם קראון הייטס געגנט פון ברוקלין. אין יענער צייט האט ער וואלונטירט אלס אינזשעניר פאר דער אמעריקאנער פלאט אינעם ברוקלין נעיווי יארד.

גלייך נאכדעם וואס ער איז געקומען אין אמריקע, האט זיין שווער אים געגעבן די פארוואלטונג פון די דריי נייע ליובאוויטשער וועלטליכע אָרגאַניזאַציעס קה"ת, מחנה ישראל און מרכז לענייני חינוך.

נאך דער פטירה פון זיין שווער רבי ריי"ץ ביום י' שבט ה'תש"י, האט ער נאָך נישט געוואלט אָננעמען אויף זיך די פירערשאַפט פון ליובאוויטשער חסידות. נאר נאך א יאר שפעטער, אויף י"א שבט ה'תשי"א, ביי'ם פארברענגען לכבוד דער ערשטע יארצייט פונעם פריערדיקן רבי'ן, האט דער רבי מקבל געווען די נשיאות, מיט זאגן די מאמר חסידות "באתי לגני".

זיין השפעה אין דער אידישער וועלט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער רבי האט אנגעפאנגען מאכן "מבצעים" אויף צושפרייטן תורה ומצוות, אידישקייט און תורת החסידות מיטן קלינגווארט "ופרצת", גענומען פון פסוק "ופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה".‏[2]

ער האָט גערופֿן אויף זיינע חסידים צו האבן השפּעה וואו נאָר מעגלעך, אַפֿילו די וועלטלעכע אידן, צו אָבסערווירן די מצוות און תורה לערנען, צווישן אנדערע זאכן, דורך גענומען ציבור ערטער און עפנטלעך קרעדיט די מצוות. עס אויך גערופֿן פינאַנציעל העלפן פֿאַר יענע וואס טאָן ניט האָבן די פינאַנציעל פיייקייַט צו קויפן די תשמישי מצוות.

שייכות מיט אנדערע אדמורי"ם

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דער רבי מיט הרב מרדכי אליהו און הרב אברהם שפירא, יעמאלט דער הויפט אשכנז'שער רב און ספרדישער רב אין ארץ ישראל

דער רבי האט געהאט א שייכות מיט אלע אנדערע חסידות'ן, צענדליקער רבי'ס האבן באזוכט אים אין דער ליובאוויטשער הויף, און זיי אלע האבן שטארק געהאלטן פון אים, ספיעציעל: גער, סקולען, בעלזא, ביאלע, אמשינאוו.

אנדערש ווי ביי אנדערע רבי'ס, האט דער רבי גערעדט תורה פאר שעות לאנג בא די פאבריינגענעשין, די אינהאלט פון די "שיחות" ווי זיי ווערן אנגערופן, באדעקן אלע חלקים פון דער תורה, חומש, גמרא, קבלה, חסידות, און אזוי ווייטער. דעם רבי'ס שיחות זיינען באקאנט מיט זייער מוראדיקער גאונ'שקייט און שארפקייט פון איין זייט, און אויכעט פארשטאנדיק פאר אפילו פשוט'ע אידן פון דער צווייטער זייט.

מערסטנס פון דער רבי'ס תורה איז געשריבען געווארן דורך די חסידים (דאס איז א טיילווייזע רשימה):

  • ליקוטי שיחות - 39 בענדער פון "שיחות" געדרוקט לויט די פרשיות, וואס זיינען געשריבען געווארן פון דאס ניי, און דער רבי האט אדרוכגעקוקט זיי, און האט מגיה געווען פארדעם וואס יעדער שיחה איז געדרוקט געווארן.
  • אגרות קודש - (היינט צו טאג) 30 בענדער פון בריווין וואס דער רבי האט געשריבען צו פארשידענע מענשטען, וואס אינהאלט: תורה, עצות אין לעבן, און אזוי וייטער.
  • ספר המאמרים - מלוקט - 6 בענדער פון "מאמרי חסידות" וואס דער רבי האט זיי מגיה געווען.
  • היום יום - א קאלאנדיר וואס דער רבי האט אליין געמאכט, ערשט פאר תש"ג - תד"ש, יעדער טאג אינהאלט א "ווארט" אין עבודת השם, פון זיין שווער - דער רבי מוהריי"צ'ס שיחות און בריווען.
  • הגדה של פסח עם ליקוטי טעמים ומנהגים - א הגדה וואס דער רבי האט געמאכט, וואס אינהאלט מקורות, מיט ביאורים, און מנהגים פון חב"ד. באווסט אלס א זייער גאונ'ישער ספר.
  • ספר המאמרים - די "מאמרי חסידות" וואס זיינען געשריבען געווארן ווי דער רבי האט דאס געזאגט, און זיינען נישט אדרוכגעקוקט געווארן באם רבי'ן.
  • שיחות קודש - די שיחות וואס זיינען געשריבען געווארן (אין אידיש) ווי דער רבי האט זיי געזאגט, און זיינען נישט אדרוכגעקוקט געווארן באם רבי'ן. געדרוקט לויט די סדר ווי זיי זיינען געזאגט געווארן פון תש"י ביז תשנ"ב.
  • תורת מנחם - התועדויות - די שיחות און מאמרים וואס זיינען געשריבען געווארן פון דאס ניי אין לשון הקודש, און זיינען נישט אדרוכגעקוקט געווארן באם רבי'ן.
  • הרב שלום דובער וואלפע, שמן ששון מחבריך, פיר בענדער וואס באהאנדלען זיינע פארבינדונגען מיט אדמו"רים און גדולי ישראל, חולון, 1995-2010