לדלג לתוכן

ניגעריע

פֿון װיקיפּעדיע
פעדעראלע רעפובליק פון ניגעריע
פאן
פאן
סימבאָל
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון
אָרט פֿון
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט אבודזשא 9°10′N 7°10′E / 9.167°N 7.167°E / 9.167; 7.167
רעגירונג פעדעראלע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
גודלאק דזשאנאטאן
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
923,768 קוואַדראַט ק"מ
32
1.4%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

154,729,000
8
167.5 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $341.572 ביליאן (46סט)
וואַלוטע נאַירא
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען ng.
טעלעפֿאָן קאָד 234+

ניגעריע (אפיציעל די פעדעראלע רעפובליק פון ניגעריע) איז א לאנד אין מערב אפריקע, וואס איז רייך אין אויל און אין אנדערע נאטורליכע אוצרות אין מינעראלן. ניגעריע גרענעצט ניזשער צו צפון, טשאד צו צפון־מזרח, קאמערון צו מזרח און בענין צו מערב. די דרום זייט פון לאנד איז זיין בארטן, פלאצירט אויף דער בוכטע פון גינע און דעם אטלאנטישן אקעאן. די פעדעראציע באשטייט פון 36 שטאטן און איין פעדעראלע הויפטשטאט טעריטאריע וואו עס געפינט זיך די הויפטשטאט, אבודזשא. די קאנסטיטוציע דעפינירט ניגעריע ווי א דעמאקראטישער וועלטלעכער שטאַט.[1]

מיט 154,729,000 איינוואוינער איז זי דאס מערסט באפעלקערטע לאנד אין אפריקע. איר הױפּטשטאָט איז אַבודזשאַ, און די גרעסטע שטאָט איז לײגאָס.

ניגעריע איז געווען די היים פון א צאל אוראלטע קעניגרייך און שטאטן במשך די יארטויזנטער. די מאדערנע מדינה שטאמט פון בריטישן קאלאניע-הערשאפט וואס האט אנגעהויבן אינעם 19טן יארהונדערט, און די היינטיגע צורה איז געקומען מיט דעם צונויפגיסן פונעם דרום ניגעריע פראטעקטאראט מיטן צפון ניגעריע פראטעקטאראט אין 1914. ניגעריע איז געווארן אן אומאפהענגיקע פעדעראציע אין 1960. צווישן די יארן 1967 ביז 1970 האט דאס לאנד געליטן פון א בירגערקריג. דערנאך האט די רעגירונג געוואקלט צווישן דעמאקראטיש געוויילטע פארלאמענטן און מיליטערישע דיקטאטורן ביז ענדלעך אין 1999 האט עס דערגרייכט א סטאבילע דעמאקראטיע. די פרעזידענט-וואלן אין 2011 זענען געווען די ערשטע וואס זענען געווען גאנץ פריי און יושרדיק.[2]

אין די לעצטע יארן האט מען דארטן געטראפן אסאך דיאמאנטן גרובער, וואס דאס האט שטארק אראפגעברענגט דעם מארק, זינט דורך דעם האט דע בירס פארלוירן דעם מאנאפאל.

עס זײַנען דאָ װײניק ייִדן אין ניגעריע, זיי זײַנען איגבאָס, אַן אַפֿריקאַנישער שבֿט.

ניגעריע ווערט אפט גערופן דער "ריז פון אפריקע ", צוליב איר גרויסע באפעלקערונג און עקאנאמיע.[3] מיט 201 מיליאן באוואוינער, איז ניגעריע דאס מערסט־באפעלקערטע לאנד אין אפריקע און דאס זיבעטע מערסט־באפעלקערטע לאנד אין דער וועלט. ניגעריע האט די דריט־גרעסטע יוגנט־באפעלקערונג אין דער וועלט, נאך אינדיע און כינע, מיט מער ווי 90 מיליאן פון אירע באוואוינער אונטער 18.[4][5] דאס לאנד ווערט גערעכנט א פילנאציאנאלע מדינה, מיט 250 עטנישע גרופעס,[6] פון וועלכע די דריי גרעסטע זענען די הויזע, איגבא און יארובא; די עטנישע גרופעס רעדן מער ווי 500 פארשידענע שפראכן.[6][7][8][9] די אפיציעלע שפראך פון ניגעריע איז ניגערישע ענגליש וואס איז א צד־השווה איבער אלע באזונדערע שפראכן אין לאנד. ניגעריע איז צעטיילט אויף צוויי צווישן קריסטן, וואס וואוינען מערסטנס אין דרום טייל פון לאנד, און מוסולמענער, וואס וואוינען מערסטנס אין צפון. א מינערהייט פון דער באפעלקערונג האלטן די אלטע רעליגיעס פון ניגעריע, ווי למשל די אלטע רעליגיעס פון די איגבא און די יארובא.

ניגעריע איז פלאצירט אין מערב אפריקע ביים איינגאס פון גינע און האט א שטח סה"כ פון 923,768 קוואדראט ק"מ,[10] אזוי איז זי דער וועלט'ס 32סטע גרעסטע לאנד (נאך טאנזאניע). זי איז בערך צוויי מאל אזוי גרויס ווי קאליפארניע. זי האט א גרענעץ לאנג 4047 ק"מ: מיט בענין (773 ק"מ), ניזשער (1497 ק"מ), טשאד (87 ק"מ), קאמערון (1690 ק"מ), און האט א בארטן לאנג 853 ק"מ.[11] דער העכסטער פונקט אין ניגעריע איז טשאפאל וואדי הויך 2419 מ'. די הויפט טייכן זענען דער ניזשער און דער בענו וואס קומען צונויף און ליידיגן זיך אויס אין דער ניזשער דעלטע, פון דער וועלט'ס גרעסטע דעלטעס.

ניגעריע ליגט צווישן גארטל־ליניעס און 14°N, און צווישן די מערידיאנען און 15°E.

הימל־ליניע פון ניגערישער הויפטשטאט, אבודזשא
מייטאמא דיסטרי׳ט, אבודזשא

ניגעריע ווערט קלאיספיצירט ווי א געמישטע־עקאנאמיע ארויפשווימענדיקער מארק. זי האט דערגרייכט נידעריגער מיטל איינקומפט סטאטוס לויט דער וועלט באנק,[12] מיט איר שפע׳דיקן פארזארג פון נאטירלעכע רעסורסן, גוט-אנטוויקלט פינאנציעלע, לעגאלע, קאמוניקאציע סעקטארן, און די ניגעריע בערזע, די צווייט־גרעסטע בערזע אין אפריקע.

ניגעריע האט א ציל צו ענדיגן ארימקייט ביז יאר 2030.

אקערן א פֿארם אין קווארא שטאַט

אין יאר 2010 האבן אומגעפער 30% פון ניגעריער געארבעט אין לאנדווירטשאפט.[13] לאנדווירטשאפט פלעגט זייט פאר ניגעריע דער הויפט פארדינער פון אויסלענדישער וואלוטע.[14]

די חשובע פראדוקטן שליסן איין בעבעלעך, סעזאם, קאשו ניסלעך, פיסטאשקעס, קאסאווא, קאקאא באנדלעך, אראבישע גומע, קאלאנוט, קוקוריזיע, מעלאן, הירזש, רייז, גומע, סארגום, סויע און יאמען.[15] קאקאא איז דער פירנדער נישט-נאפט פארדינער פון אויסלענדישער וואלוטע.[15] גומע איז דער צווייטער נישט-נאפט פארדינער פון אויסלענדישער וואלוטע.[15]

איידער דעם ניגערישן בירגערקריג האט ניגעריע נישט געדארפט אנקומען צו קיינעם אין עסנווארג.[15] לאנדווירטשאפט האט זיך אבער נישט פארגרעסערט אין פארהעלטענישט צו ניגעריע׳ס גיכן וואוקס אין באפעלקערונג, און אצינד פארלאזט זיך ניגעריע אויף אימפארטן פון עסנווארג כדי זיך אויסהאלטן.[15] אין אויגוסט 2019, האט ניגעריע צוגעמאכט איר גרענעץ מיט בענין כדי צו פארמיידן אריינשמוגלען רייז אין לאנד אלס טייל פון אירע אנשטרענגונגן אונטערצוהייבן די לאקאלע פראדוקציע.[16]

אויל און נאטירלעכע גאז

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אאנדא הויפט-ביורא אין וויקטאריע אינזל, לאגאס

ניגעריע איז דער 12ט גרעסטער פראדוצירער פון נאפֿט אין דער וועלט און דער 8ט-גרעסטער עקספארטירער, און האט די 10ט גרעסטע באוויזענע רעזערוון. (דאס לאנד איז געווארן א מיטגליד אין אפעק אין יאר 1971.) נאפט שפילט א גרויסע ראלע אין דער ניגערישער עקאנאמיע, און שאפט 40% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט און 80% פון דער רעגירונג׳ס פארדינסט.

ניגעריע האט אינגאנצן 159 אויל־פֿעלדער און 1,481 אויל־קוואלן וואס אפערירן, לויטן דעפארטמענט פון נאפֿט־רעסורסן.[17] דער מערסט פראדוקטיווער ראיאן פונעם לאנד איז ניזשער דעלטע באסיין אין דעם ניזשער דעלטע ראיאן וואס נעמט איין 78 פון די 159 אויל־פֿעלדער. מערסט פון ניגעריע׳ס אויל־פֿעלדער זענען קליין און פארשפרייט און, אין יאר 1990, האבן די קליינע פֿעלדער גערעכנט 62.1% ניגעריע׳ס גארע פראדוקציע. פון דער אנדערער זייט האבן די זעכצן גרעסטע פעלדער פראדוציער פאדוצירט 37.9% פון ניגעריע׳ס נאפט פראדוקציע אין יענער צייט.[18]

  1. Nigerian Constitution. Nigeria Law. דערגרייכט דעם 17טן יולי 2015.
  2. Nossiter, Adam (‏16טן אפריל 2011). "Nigerians Vote in Presidential Election". דערגרייכט דעם 17טן אפריל 2011. 
  3. Nigeria: Giant of Africa, by Peter Holmes 1987
  4. (2013) The CIAWorld Fact Book 2014. Skyhorse Publishing, Inc. ISBN 978-1-62636-073-0. 
  5. Library of Congress – Federal Research Division (July 2008). "Country profile: Nigeria". p. 9. Retrieved 28 December 2011. 
  6. a b Nigeria Fact Sheet. פאראייניגטע שטאטן אמבאסאדע אין ניגעריע. דערגרייכט דעם 23סטן סעפטעמבער 2018.
  7. Ethnicity in Nigeria. PBS (‏‏5טן אפריל 2007). דערגרייכט דעם 9טן מיי 2015.
  8. Nigeria (en).
  9. Linguistic diversity in Africa and Europe - Languages Of The World (‏2011-06-16).
  10. Rank Order - Area (ארכיווירט 09.02.2014 ביי דער Wayback Machine).
  11. CIA וועלט פֿאקטבוך (ארכיווירט 29.03.2019 ביי דער Wayback Machine). Note that coastlines, and borders based on rivers or natural features, are fractals, the length of which is imprecise and depends on the measurement convention adopted.
  12. וועלט באנק רשימה פון עקאנאמיעס. http: www.worldbank.org (‏יאנואר 2011). דערגרייכט דעם 27סטן מיי 2011.
  13. Labour Force Statistics, 2010. Nigerian Bureau of Statistics (‏2010). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 24סטן אפריל 2015. דערגרייכט דעם 22סטן יוני 2015.
  14. Ake, Claude (1996). Democracy and Development in Africa. Brookings Institution Press, 48. ISBN 978-0-8157-0220-7. דערגרייכט דעם 26סטן דעצעמבער 2008. 
  15. a b c d e Agriculture – Nigeria – export, growth, area, crops, farming, sector. דערגרייכט דעם 17טן אפריל 2015.
  16. "Nigeria closes part of border with Benin to check rice smuggling" (אויף ענגליש), Reuters (‏ 29סטן אויגוסט 2019). דערגרייכט דעם 2019-12-18. ארכיווט פונעם אריגינאל דעם 2019-08-29. 
  17. Environmental Resources Managers Ltd, Niger Delta Environmental Survey Final Report Phase I; Volume I: Environmental and Socio-Economic Characteristics (Lagos: Niger Delta Environmental Survey, September 1997)
  18. Nigeria: The Political Economy of Oil ISBN 0-19-730014-6 (Khan, Ahmad)