ISBN

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אן איי.עס.בי.ען. באר-קאד

ISBN איי.עס.בי.ען. איז די ראשי תיבות פון אינטערנאציאנאלער סטאנדארט בוך נומער International Standard Book Number, דאס איז א גלאבאלער אנערקענטער קאד איבער די וועלט, צו אינדענטיפיצירן יעדעס איינציגע בוך מיט איר אייגענארטיגער נומער.

געווענליך וועט מען דאס טרעפן ארויפגעפרינט אויפן אונטערשטען דעקל פון ספר, דאס קומט אין פארעם פון א באר קאד מיט נומבערס, אזוי ארום קען דאס געליינט ווערן סיי דורך א מענטש און סיי דורך א מאשין - א קאמפיוטער סקענער. יעדע דרוק אדער אויפלאגע האט א באזונדערע אייגענארטיגער נומער, די דאזיגע קאדס דינען די אינטערעסע פון די פארשידענע קאטעלאגס פון ביזנעסער פון מוכר ספרים, און אויך סתם פאר סדר אין די ביבליאטעקן.

דער געדאנק פון איי.עס.בי.ען. איז ערשט אויפגעקומען אין בריטאניע אין יאר 1966 דורך א ביכער טשעין סטאר נעץ מיטן נאמען "WH Smith". קודם איז דאס געווארן אנגערופן SBN) Standard Book Number). דער צוגאנג איז דערנאך געווארן אויפגענומען דורך דער גאנצער וועלט אין יאר 1970 א ענדליכע קאד איז אויך דא פאר זשורנאלן אין אויסגאבעס ווי צייטונגן וואס הייסט ISSN) International Standard Serial Number).

אין די ערשטע פערציג יאר האט דאס אנטהאלטן בלויז צען ציפערן, אבער אנפאנג פון 1טן יאנואר 2007 איז דאס פארגרעסערט געווארן צו 13 ציפערן.