גומע

פֿון װיקיפּעדיע

גומע אדער גומי וואקסט אין ביימער און אין טראפישע פלאנוצגען

מען מאכט דערפון רעדער פאר אן אויטא און קלעב מאטריאל און נאך פארשידענע זאכן.

פראדוקציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

געוויסע ערליי ביימער און געוויקסן גיבן ארויס א קלעבעדיגע ווייסע פליסיקייט וואס פון דעם מאכט מען גומען. היינט מאכט מען גומען אויך פון כעמיקאלן אבער נאך אלץ ווערן רוב גומען געמאכט פון נאטורליכע קלעבעדיקייטן. אין פאקט לייגט מען היינט אויך צו כעמיקאלן אפילו צו נאטורליכע גומען.

די פראצעדור פון מאכן גומען איז ווי פאלגענד: מען קלויבט צוזאם די רינענדיגע פליסיקייט פון ביימער וואס ווערן געפלאנצט פאר דעם צוועק. די פליסיקייט ווערט אויסגעמישט מיט פארשידענע כעמיקאלן וואס מאכט עס שטערקער. דערנאך מאכט מען פארעמען און מען הייצט דאס ארום א האלבע שטונדע וואס מאכט עס הארט. די הארטע געפארעמטע גומען ווערן דאן געפאקט צום פארקויפן אויף די מארק.

גומע האבן וויסנשאפטלער אויסגעפינען פאר בערך 600 יאר צוריק. מען פלעגט עס דאן ווייניג נוצן. ערשט 300 יאר צוריק האבן בריטישע וויסנשאפטלער אויסגעארבעט די סיסטעם וויאזוי צו מאכן גומען אויף די אויבנדערמאנטע וועג. ערשט 100 יאר צוריק האט מען זיך ערנסט אנגעהויבן באנוצן מיט גומען פאר טויזענטער ערליי פראדוקטן.

אין די לעצטע 40 יאר פראדוצירט מען שוין אויך גומען וואס איז געמאכט בלויז פון כעמיקאלן. פארשטייט זיך אבער אז דאס איז נאכגעמאכט די נאטורליכע און ווען נישט די ביימער געבן ארויס די קלעבעדיגע פליסיקייט וואלט נאך היינט נישט געווען אזא זאך ווי גומען.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: גומע