לדלג לתוכן

דרום אפריקע

פֿון װיקיפּעדיע
רעפובליק פֿון דרום אַפֿריקע
Republiek van Suid-Afrika
Republic of South Africa
iRiphabhuliki yaseNingizimu Afrika
פאן דרום אפריקע
פאן דרום אפריקע
סימבאָל דרום אפריקע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון דרום אפריקע
אָרט פֿון דרום אפריקע
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך ענגליש
הויפּטשטאָט פרעטאריע
רעגירונג רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
יאקאב זומא
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,221,037 קוואַדראַט ק"מ
25סט
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

49,320,000
25סט
מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $493.490 ביליאן (25סט)
וואַלוטע ראַנד
צײַט זאָנע UTC+2
אינטערנעט דאָמען za.
טעלעפֿאָן קאָד 27+

דרום אַפֿריקע, אפיציעל די רעפובליק פון דרום אפריקע (אַפֿריקאַנס: Republiek van Suid-Afrika, ענגליש: Republic of South Africa, זולו: iRiphabhuliki yaseNingizimu Afrika), איז דאס לאנד וואס געפינט זיך ביים דרום שפיץ פון אפריקע. זי גרענעצט זיך מיט די אטלאנטישן און אינדיאנער אקעאנען אויף א בארטן־ליניע לאנג 2,798 קילאמעטער, און מיט די לענדער נאמיביע, באצוואנע, זימבאבװע, מאזאמביק, סוואזילאנד און לעסאטא (אן אומאפהענגיק לאנד אינגאנצן ארומגערינגלט פון דרום אפריקע). דרום אפריקע איז א מיטגליד אין דער קאמאנוועלט. די עקאנאמיע פון דרום אפריקע איז די גרעסטע אין אפריקע און די 24סטע גרעסטע אין דער וועלט. דערפאר איז זי די מערסט אנטוויקלט לאנד - סאציאליש, עקאנאמיש און אינפראסטרוקטואליש - אויפן קאנטינענט.

די גרעסטע שטאט איז יאהאניסבורג. דרום אפריקע האט דריי הויפטשטעט: דער פארלאמענט איז אין קאפשטאט, די רעגירונג זיצט אין פרעטאריע און דאס העכסטע געריכט איז אין בלומפאנטיין. ס'זענען פאראן 11 נאציאנאלע שפראכן; די ערשטע צוויי זענען אפריקאנס און ענגליש

די געשיכטע פון דרום אפריקע איז גאנץ אנדערש פון די אנדערע אפריקאנישע לענדער וויבאלד די אימיגראציע פון אייראפע האט אנגעהויבן גאר פרי, ווי אויך די סטראטעגישע וויכטיקייט פון דעם ים וועג ארום דעם קאַפ.

די עקאנאמיע פון דרום־אפריקע איז די צווייט גרעסטע אין אפריקע, און די 34סט גרעסטע אין דער וועלט.

דער היינטיקער פרעזידעט פון דרום אפריקע איז יאקאב זומא.

זידלונגען פון באנטו רעדנדיקע פעלקער האבן שוין געוואוינט דרום פונעם טייך לימפאפא אינעם 5טן יארהונדערט. די ערשטע אייזנווערק האלט מען אז זי שטאמט פון 1050.

ווען די אייראפעער זענען ערשט אנגעקומען אין דרום אפריקע זענען די צוויי גרעסטע גרופעס פעלקער געווען די קאזע און זולו פעלקער.

פארטוגעזישע איינפלוס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 1487 האט דער פארטוגעזישער אויספארשער בארטאלאמיע דיאז געפירט די ערשטע אייראפעאישע רייזע אנצוקומען אין דרום אפריקע.

אין 1652 האט יאן וואן ריבעק קאלאניזירט דעם קאַפ פאר דער האלענדישער מזרח אינדיע געזעלשאפט.

אין 1867 האט מען געפונען אין דרום אפריקע דימענטן און אין 1884 גאלד. צוליב דעם זענען גאר א סך מענטשן געקומען פון אייראפע וואס האבן געהאפט צו ווערן רייך אין דרום אפריקע.

אין 1880-81 איז פארגעקומען די ערשטע באער מלחמה.

דרום אפריקע איז דער סאמע דרומסטער ראיאן אין אפריקע, מיט א בארטן לענגער ווי 2,500 ק"מ לענגאויס צוויי אקעאנען (דרום אטלאנטיק און אינדישער). מיט א שטח פון 1,219,912 קוואדראט ק"מ איז דרום אפריקע דאס 25סטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט, בערך אזוי גרויס ווי קאלאמביע.

מאַפֿאַדי אין דער דראקנסבערג בארגקייט, הויך 3,450 מעטער, איז דער העכסטער שפיץ אין דרום אפריקע. אחוץ די פרינץ עדווארד אינזלען ליגט דאס לאנד צווישן גארטל ליניעס 22º און 35ºS און צווישן מערידיאנען 16º און 33ºE.

דאס אינלאנד פון דרום אפריקע באשטייט פון א ריזיקן פלאכן פלאטא הויך פון 1,000 מעטער ביז 2,100 מעטער, וואס ווערט העכער אין מזרח און גייט ביסלעכווייז אראפ קיין דרום און דרום־מערב. דער פלאטא איז ארומגענומען מיט בערג וואס זייער העכסטער טייל, די דראקנסבערג, ליגט צו מזרח.

צוליב דעם וואס דרום אפריקע איז ארומגענומען מיט די אטלאנטישע און אינדישע אקעאנען אויף דריי זייטן, און דאס לאנד געפינט זיך אינעם דרום האלב-קיילעך, און די בערג אין צפון נענטער צום עקוואטאר, איז איר קלימאט אין אלגעמיין טעמפעראט. אין דרום־מערב פון לאנד איז דער קלימאט גאנץ ענלעך צום מיטלענדישן ים מיט נאסע ווינטערן און ווארעמע טרוקענע זומערן. אין דעם געגנט פראדוצירט דאס וויין פון דרום אפריקע.

דרום אפריקע זשיראפן, קרוגער נאציאנאלער פארק

דאס בושפעלד האט פארשידענע זויגערס איינשליסנדיק טראנסוואל לייבן, אפריקאנישע לעמפערטן, דרום אפריקע פאנטערן, ווייסע נאזהארנס, בלויע ווילדעביסט, קודוס, אימפאלעס, היענעס, היפאפאטאמען און דרום אפריקע זשיראפן.

דרום אפריקע האט א רייכע פארשיידנקייט פון פלאנצן, מיט מער ווי 20,000 פארשיידענע פלאנצן, ד״ה אומגעפער 10% פון אלע באוואוסטע זגאלן פון פלאנצן אויף דער ערד. נאר 1% פון דרום אפריקע איז באדעקט מיט וועלדער.

דרום אפריקע איז א פארלאמענטארישע רעפובליק, און דער פרעזידענט איז ראש מלוכה און אויך דער הויפט פון דער רעגירונג. פארלאמענט האט צוויי הייזער, די נאציאנאלע פארזאמלונג (דאס נידעריגע הויז) און דער נאציאנאלע פראווינצן־ראט (דאס העכערע הויז). די נאציאנאלע פארזאמלונג באשטייט פון 400 מיטגלידער וואס ווערט דערוויילט יעדע פינעף יאר דורך פראפאצאנעלע רעפרעזענטאציע. דער נאציאנאלע פראווינצן־ראט באשטייט פון 90 מיטגלידער, פון יעדן איינעם פון די ניין פראווינץ לעגיסלאטורן צען מיטגלידער. דער פרעזידענט ווערט דערוויילט פון דער נאציאנאלער פארזאמלונג נאך די פארלאמענטארישע וואלן. דער פרעזידענט באשטימט א וויצע־פרעזידענט און מיניסטארן.

אין די לעצטע וואלן וואס זענען פארגעקומען דעם 7טן מיי 2014 האט די אפריקאנישע נאציאנאלע קאנגרעס באקומען 62.2% פון די שטימען און 249 זיצן, און די הויפט אפאזיציע, דער דעמאקראטישער אליאנץ, האט באקומען 22.2% פון די שטימען און 89 זיצן.

דרום אפריקע האט נישט קיין אפיציעלע הויפטשטאט. פארלאמענט זיצט אין קאפשטאט, דער פרעזידענט און קאבינעט פירן פון פרעטאריע, די אדמיניסטראטיווע הויפטשטאט, דער הויפט אפעל־געריכט זיצט אין בלומפאנטיין, און דער קאנסטיטוצאנעלער געריכט פון דרום אפריקע זיצט אין יאהאנעסבורג. די אמבאסאדעס פון פרעמדע לענדער זענען מערסטנס אין פרעטאריע.


אויסלענדישע באציאונגען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס לאנד, אלס פארבאנד פון דרון אפריקע, איז געווען א גרינדער מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער. דער דעמאלסדיקער פרעמיער מיניסטער, יאן סמאטס, האט געשריבן די הקדמה צום פאראיינגטע פעלקער טשארטער. דרום אפריקע איז אויך א גרינדער מיטגליד פון דער אפריקאנישן פארבאנד און האט די צווייטע געסטע עקאנאמיע פון אלע אירע מיטגלידער.

דעם 24סטן אויגוסט 2010 האבן דרום אפריקע פרעזידענט יעקב זומא און כינעזישער פרעזידענט הו דזשינטאא געחתמ׳עט דעם ביידזשינג אפמאך פאר א ״סטראטעגישער שותפות״ אין פאליטישע און עקאנאמישע ענינים.

אדמיניסטראטיווע אפטיילן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דרום אפריקע האט ניין פראווינצן וואס ווערן געהערשט דורך א לעגיסלאטור וואס ווערט געוויילט יעדע פינעף יאר. דער לעגילאנטור וויילט א פרעמיער מיניסטער, און דער פרעמיער מיניסטער קלויבט אויס אן עקסעקוטיוו. לויט דער קאנסטיטוציע פון דרום אפריקע האבן די פראווינץ עקסעקוטיוון שליטה אין די פעלדער פון געזונט, בילדונג, פובליקע באהויזונג און טראנספארט.


די ניין פראווינצן פון דרום אפריקע זענען:

  • גויטענג
  • לימפאפא
  • מזרח קאפ
  • מפומאלאנגא
  • פריי שטאַט
  • מערב קאפ
  • צפון מערב
  • צפון קאפ
  • קוואזולו-נאטאל
דער JSE איז די גרעסטע בערזע אויפן קאנטינענט פון אפריקע.

דרום אפריקע האט א געמישטע עקאנאמיע, די צווייטע גרעסטע אין אפריקע נאך ניגעריע. אין פארגלייך מיט אנדערע לענדער אין אונטער-סאהארא אפריקע האט דרום אפריקע אין פארהעלטעניש א הויכע ברוטא אינלענדישן פראדוקט פאר א מענטש ($11,750 אין 2012). טראץ דעם האט דאס לאנד א גאנץ הויכע ראטע פון ארעמקייט און ארבעטלאזקייט.

נאך 1994 האט די רעגירונג פאליטיק אראפגענידערט אינפלאציע, סטאבליזירט פובליקע פינאנצן און צוגעברענגט אויסלענדישן קאפיטאל, דאך איז די געוואוקס געווען נידעריג. פון 2004 האט די עקאנאמיע אנגעהויבן זיך פארגרעסערן.

אנדערש ווי די מערסטע פון דער וועלט׳ס ארעמע לענדער, האט דרום אפריקע נישט קיין בליענדיקע היימישע עקאנאמיע. נאר 15% פון שטעלעס אין דרום אפריקע זענען אינעם היימישן סעקטאר, אין פארגלייך מיט העלפט אין בראזיל און אינדיע און קנאפע דריי־פערטל אין אינדאנעזיע. וועלט באנק פארשונג ווייזט אז דרום אפריקע האט פון די ברייטסטע ריסן צווישן פער מענטש ברוטא אינלענדישער פראדוקט קעגן איר מענטשליכע אנטוויקלונג אינדעקס ראנג, און בלויז באצוואנע האט א גרעסערן ריס.[1]

דרום אפריקע איז א פאפולערער טוריסטן ציל און א שיינער טייל פון איינקומפט קומט פון טוריזם. די אימיגראנטן אין דרום אפריקע וואוינען אין שוואכע צושטאנדן.

די פרינציפעלע האנדל שותפים פון דרום אפריקע זענען—אחוץ אנדערע אפריקאנישע לענדער—דייטשלאנד, די פאראייניגטע שטאטן, כינע, יאפאן, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און שפאניע.

וויסנשאפט און טעכנאלאגיע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עטלעכע וויכטיקע וויסנשאפטלעכע און טעכנאלאגישע אנטוויקלונגען שטאמען פון דרום אפריקע. דער ערשטער מענטש-צו-מענטש הארץ איבערפלאנץ איז אויסגעפירט געווארן דורך הארץ־כירורג כריסטיאן בארנארד אין גרוט סכור שפיטאל אום דעצעמבער 1967; מאקס טיילער האט אנטוויקלט א וואקסין קעגן געלן פיבער; אלאן מאקלאוד קארמאק האט פיאנירט קאמפיוטירטע טאמאגראפיע; און אהרן קלוג האט אנטוויקלט קריסטאלאגראפישע עלעקטראן מיקראסקאפיע טעכניקן. אחוץ דעם פאל פון בארנארד, זענען די אלע פארשריטן געווארן אנערקענט מיט נאבעל פריזן.

דרום אפריקע האט א היפשע אסטראנאמיע געמיינדע, מיט דעם דרום אפריקע גרויסן טעלעסקאפ, דער גרעסטער אפטישער טעלעסקאפ אינעם דרום האלבקיילעך.

דרום אפריקע איז א לאנד פון בערך 50 מיליאן מענטשן מיט פארשידענע קולטורן, שפראכן און רעליגיעס.

לויטן צענזוס פון 2011 וואוינען אין דרום אפריקע:

די שווארצע זענען פון פארשידענע אפריקאנישע גרופעס פון די פארשידענע געגנטן אין לאנד, מיט אנדערע קולטורן און אנדערע שפראכן. אויך זענען געקומען אין דרום אפריקע במשך די יארן שווארצע פון אנדערע טיילן פון אפריקע.

די ווייסע זענען בעיקר פון צוויי גרופעס, די וואס רעדן ענגליש און די וואס רעדן אפריקאנס. די אפריקאנער זענען אייניקלעך פון די אימיגראנטן פון האלאנד, דייטשלאנד, בעלגיע און פראנקרייך, וואס זענען געווען די ערשטע אייראפעאישע אימיגראנטן אין די 17טן און 18טן יארהונדערטער. די ענגליש רעדער זענען אייניקלעך פון די בריטישע קאלאניסטן פונעם 19טן יארהונדערט, צוזאמען מיט שפעטערדיקע אימיגראנטן פון אייראפע, איינשליסנדיק יידן וואס זענען געקומען מערסטנס פון ליטא אין אנהייב 20סטן יארהונדערט.

יידן אין דרום אפריקע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די יידישע געמיינדע אין דרום אפריקע ציילט עטלעכע 77,500 מענטשן און איז די גרעסטע יידישע געמיינדע אויפן קאנטינענט פון אפריקע. די גרעסטע זידלונגען פון יידן זענען אין יאהאנעסבורג, קאפשטאט און דורבאן.

אין 2009 איז דער אריכות־ימים שאץ געווען 71 יאר פאר א ווייסן דרום־אפריקאנער און 48 יאר פאר א שווארצן דרום־אפריקאנער.

אין דרום אפריקע געפינט זיך דער דריטער גרעסטער שפיטאל אין דער וועלט, דער קריס האני באראגוואנאט שפיטאל.

  1. DEPWeb: Beyond Economic Growth. The World Bank Group. דערגרייכט דעם ‏17טן אקטאבער 2011.