היפאפאטאם

פֿון װיקיפּעדיע
היפאפאטאם
[[image:
א היפּאָפּאָטאַם ביי דער טשאָבע נאציאנאלער פארק אין באצוואנע
|frameless|]]
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: כארדאטן
קלאַס: זויגערס
פֿאַמיליע: היפאפאטאמען

דער היפּאָפּאָטאַם (Hippopotamus amphibius; פון אוראלט גריכיש: Ιπποπόταμος היפּאָפּאָטאַמאָס) איז א ריזיקער זויגער פון אפריקע וואס עסט געוויינטלעך פלאנצן. ער איז איינער פון די איינציקע צוויי זגאלן פון די Hippopotamidae פאמיליע וואס עקזיסטירן נאך. דער אנדערער איז דער קליינינקער היפּאָפּאָטאַם.

דער היפּאָפּאָטאַם איז די צווייטע גרעסטע און דריטע שווערסטע לאנד חיה. דער העלפאנד איז דער שווערסטער און דער ווייסער נאזהארן איז דער צווייטער שווערסטער (אבער א ביסל קלענער ווי דער היפּאָפּאָטאַם).

היפּאָפּאָטאַמען וואוינען געוויינטלעך אויף די טריקעניש אבער פארבראכן א סאך צייט אין טייכן און אזערעס, וואו די זכרים פירן גרופעס פון פינף ביז 30 נקבות און זייערע פלידעס. זיי קילן זיך אפ בייטאג דורך בלייבן אין דאס וואסער אדער בלאטע, אין וועלכע זיי אויך געבארן די פלידעס. ביים אונטערגאנג גיין היפּאָפּאָטאַמען אפצופֿרעסן גראז. כאטש אז היפּאָפּאָטאַמען בלייבן אין וואסער צוזאמען, זיי אנשטאט אפפֿרעסן זיך אליין.

א היפּאָפּאָטאַם האט א גרויסן קערפער מיט א פֿאַס ענלעכע פארעם, זייער גרויסע מויל און ציין, כמעט קיין האר און קורצע פיס. זיין וואג איז צווישן ½1 און 3 טאן. דעם ווייסן נאזהארן וואגט צווישן ½1 און ½3 טאן, און די דריי זגאלן העלפאנדן וואגן צווישן 3 און 9 טאן. כאטש זיינע קורצע, דיקע פיס קען א היפּאָפּאָטאַם לויפן שנעלער ווי א מענטש. א טייל היפּאָפּאָטאַמען האבן געלאפן 30 קילאמעטערן א שעה איבער קורצע דיסטאנצן. ער איז איינער פון די מערסט געוואלדיקע בעלי חיים אין די וועלט, און אפט הייסט איינער פון די מערסט געפערלעכע בעלי חיים אין אפריקע. עס זענען דא בערך 125,000 ביז 150,000 היפּאָפּאָטאַמען אין דרום סאהארא אפריקע. זיי זענען מערסט גאנגבאר אין זאמביע (בערך 40,000) און טאנזאניע (20,000 - 30,000). זיי זענען א זגאל אין סכנה ווייל זיי פארלוירן זייערע אומגעגנטן און ווערן געיאגט פאר זייערע פלייש און העלפאנדביינערע ציין.

עטימאלאגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס ווארט "היפּאָפּאָטאַם" שטאמט פון דעם אוראלט גריכיש Ιπποπόταμος (היפּאָפּאָטאַמאָס), וואס שטאמט פון ἵππος (היפּאָס, "פערד") און ποταμός (פּאָטאַמאָס, "טייך"). דאס הייסט אז "היפּאָפּאָטאַם" טייטשט "פערד פונעם טייך". דער דאזיקער זגאל איז אויך באקאנט אלס דער נילוס היפּאָפּאָטאַם.

באשרייבונג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

היפּאָפּאָטאַמען זענען דער פערטער גרעסטער זויגער אין די וועלט (נאך וואלפיש, העלפאנדן און נאזהארנס). דער עגיפטישער היפּאָפּאָטאַם איז קלענער ווי די אנדערע. זיי קענען לעבן אין וואסער און אויף די טריקעניש, און קענען גיין אדער אפילו לויפן לענגאויס דער באדן פון א טייך.

ווייל היפּאָפּאָטאַמען זענען אזוי ריזיק איז דאס שווער אבצוועגן זיי אין דאס בושפעלד. מערסט דערוואקסענע זכרים וואגן צווישן 1,500 און 1,800 ק"ג. די נקבות זענען קלענער און וואגן געוויינטלעך צווישן 1,300 און 1,500 ק"ג. אלטערע זכרים קענען ווערן אפילו גרעסער. זיי וואגן לפחות 3,200 ק"ג און א מאל 4,500.

ווי עס זעט אויס דערוואקסן די זכרים פונעם היפּאָפּאָטאַם פאר זייערע גאנצע לעבן. אבער, די נקבות ווערן די שווערסטע ביים עלטער פון בערך 25 יאר אלט.

היפּאָפּאָטאַמען האבן גרויסע און שווערע קערפערס, א טונקל גרויער הויט און קורצע פיס. זייער הויפט שיצונג איז א זייער שטארקער מויל. זיי קענען ווערן 15 פיס לאנג און וואגן 3,000 פאונד.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: היפּאָפּאָטאַמען