כארדאטן

פֿון װיקיפּעדיע
כארדאטן

וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
אָפטייל: כארדאַטן

כארדאַטן, אדער סטרונעוועטע בעלי חיים, איז א גרופע בעלי חיים מיט א הוילער רוקן סטרונע, די גרופע איז כולל אלע בעלי חיים פון דעם רוקנביין מין.


אריינגערעכנט צווישן די כארדאטן זענען מענטשן, זויגערס, רעפטיליעס, פויגלען און אמפיביעס.

ביי טייל כארדאטן גייט דער צענטראלער נערוו אדורך דער רוקן סטרונע. כארדאטן האבן א וויידל וואס קומט אראפ פונעם פעלוויס, אבער ביי א סך מינים זעט מען דאס נאר אינעם עמבריאן.

עס זענען פאראן 75,000 זגאלן פון כארדאטן, העלפט פון זיי זענען ביינערדיקע פיש. דער גרעסטער בעל חי אויף דער וועלט, דער בלויער וואלפיש, איז א כארדאט.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: כארדאטן