לדלג לתוכן

בריליאנט

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דימענט)
ברילאנטן

א בריליאנט אדער דימענט איז א סארט שטיין וואס ווערט געפונען אין דער ערד און ווערט באנוצט אלס טייערע צירינג.

גענוי פארוואס איין דיאמאנט איז טייערער ווי דער צווייטער און זיין חשיבות, לאמיר אביסל פארשטיין וואס איז דער גאנצער טאראראם איבער דיאמאנטן. דער דיאמאנט באשטייט פון א מאטריאל וואס רופט זיך קוילנשטאף אין זייער א קאנצענטרירטן פארעם, קארבן דאס איז דער מאטריאל פון וואס 18 פראצענט פונעם מענטשליכן קערפער איז צוזאמענגעשטעלט,

אין א צאל לענדער אריינגערעכענט אמעריקע און יאפאן איז נישטא קיין מער חשוב'ערע איידל שטיין ווי דער דיאמאנט, די פרייזן פון דיאמאנטן שטייער גייען כסדר ארויף נישט דערפאר ווייל עס איז דא ווייניג דערפון, נאר ווייל רוב דיאמאנטן שטיינער קומען פון איין ארט און פון איין פירמע וואס האט דער מאנאפאל דערויף.

דיאמאנט איז די הארטסטע נאטורליכע מאטעריאל אין די בריאה.

דיאמאנטן ווערן פארמירט אין די טיפעניש פון די ערד בין ווען עס דערגרייך דער אויבערפלאך פון די ערד, דעם מאנאפאל פון דיאמאנטן איז געשאפן געווארן דורך די פירמע דע בירס וועלכע פירט אן מיט א דיאמאנטן קארטעל, און אויך איבער די כוחות וואס מענטשן גלייבן די שטיינער פארמאגן.

א בריליאנט איז א דיאמאנט שטיין אויסגעשלייפט אין א געוויסע פארם מיט א טעכניק וואס איז אויסגעארבייט געווארן אין די רענאסאנס תקופה.

דיאמאנטן שטיינער זענען נישט אויסשליסליך צו די ערד, וויסנשאפטלער גלויבן אז עס איז מעגליך אז מען וועט איין טאג געפונען דיאמאנטן אויף דער לבנה, עקזאמפלארן פון שטיינער וואס איז גענומען געווארן פון די לבנה האט געצייגט אז אויף דער ערד אין דא צען מאל מער קוילנשטאף קאנצענטרירט אין די ערד ווי אין די לבנה, לויט די ארטעמיס פראיעקט, א גרופע וואס איר ציל איז צו עטאבעלירן א געמיינדע וואס זאל געהעריג זיך באזעצן און וואוינען אויף די לבנה, די גרופע גלויבט אבער אז עס איז מעגליך אז אונטער די לבנה'ס אויבערפלאך וואס די אפאלא אסטראנאטן האבן נישט געקענט דערטאפן דארט קען מען אפשר טרעפן דיאמאנטן, עס זענען אויך דא געוויסע סייענטיפישע באווייזן אז דיאמאנטן קענען געפונען ווערן אויף נעפטאן און אויף יוריינוס, די צוויי שטערן'ס פארמאגן אסאך היידרא קוילנשטאף גאז, אסראנאטן האבן אויך געפונען מיט א טעלעסקאופ א גאנצע שטערן געמאכט פון ריין דיאמאנט פארשער פון דעם אוניווערסיטעט פון קאליפארניע האבן געוויזן אז ווען קוילנשטאף קאנצענטרירט זיך מיט א לייזער שטראל קען דאס פראדוצירן דיאמאנטן שטויב.

קארבאן און קימבערלייט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קארבאן (קוילנשטאף) איז איינער פון די מערסטע קאמאן עלעמענטן אין די וועלט און איז איינער פון די וועלט'ס פיר עלעמענטן וואס זענען וויכטיג פאר'ן עקזיסטענץ פון לעבן, מענטשן זענען 18 פראצענט קוילנשטאף, די לופט וואס מיר אטעמען פארמאגט איז זיך קוילנשטאף, אין נאטור עקזיסטירט קוילנשטאף אין דריי באזונדערע פארמען. דיאמאנטן אין גאר א הארטע קלארע קריסטאל גראפיט א ווייכע מינעראל וואס איז געמאכט פון ריין קוילנשטאף, דער מוליקול צוזאמענשטעל פון ווייכע ריינע קוילנשטאף איז נישט אזוי צוזאמגעדריקט דעריבער איז דאס שוואכער ווי דיאמאנטן פאלעריט א מינעראל וואס אירע אירע אטאמען זענען צוזאמענגעשטעלט פון 60 פראצענט קוילנשטאף, דער מאטריאל איז אויסגעטראפן געווארן אינעם 90'טען יאר הונדערט. דיאמאנטן ווערן פארמירט אזוי טיף ווי הונדערט מייל אונטער דעם ערד אויבערפלאך, אינעם הייסן שטיין פון די וועלט תהום, דארט איז דא די ריכטיגע היץ און דרוק צו טראנספארמירן קוילנשטאף עס זאל ווערן א דיאמאנט, כדי עס זאל קענען ארויסקומען א דיאמאנט שטיין דארף דאס געשטעלט ווערן אונטער א דרוק פון 435-223 פונט פער סקווער אינטש, און דער טעמפאראטור דארף זיין 752 פארענהייט אויב דער דרוק איז ווייניגער וועט דאס ווערן גראפיט, אין די טיפעניש פון 93 מייל אדער מער דארט אין דער פרעשור 725,189 פאר יעדן סקווער אינטש און די היץ קען דערגרייכן צו איבער 2000 גראד פארענהייט, מייסטענס דיאמאנטן וואס מיר געפונען היינט זענען שוין באשאפן געווארן מששת ימי בראשית, מאכטפולע באוועגונגען אונטער די ערד פלאך האט געשאפן די קימבערלייט רערן. קימבערלייט איז אין נאמען פון די שטאט קימבערליי סאוט אפריקע ווי די דאזיגע רערן האט מען געפונען, מייסטענס פון די ערד באוועגונגען זענען שוין געשען טויזענטער יאר צוריק און די רערן וועלכע טראגן די דיאמאנטן זענען די וועלכע האבן ארופגעברענגט די דיאמאנטן אויפן אויבערפלאך פון די ערד דאס זענען די ערטער ווי דיאמאנטן ווערן געפונען. דיאמאנטן קען מען אויך געפונען אויף פלאך פונעם טייך וואס ווערן גערופן די אלוועיל דיאמאנטן פלעצער זיי ווערן אויך פארבריצירט אין די קימבערלייט רערן און זיי ווערן געפירט דורך אונטערערדישע באוועגונגען ביז זיי קומען אן אונטערן ים אדער טייך ווי זיי ווערן געפונען דורך זיכער. היינט ווערן מייסטענס פון די דיאמאנטן געפונען אין אויסטראליע און באנעא, בראזיל, רוסלאנד, און אין עטליכע אפריקאנער לענדער אריינגערעכענט סאוט אפריקע און זאאיר.

דער דיאמאנט ווען ער ווערט געפונען איז ער א פשוט'ער שטיין און עס מוז געשליפן ווערן צו שאפן דעם גלאנציגן און בליטשקעדיגן איידל שטיין גרייט צו פארקויפן. די שטיינער וועלן ווערן הערליכע שיינענדיג נאכדעם וואס זיי וועלן געשניטן און געפאלישט ווערן. אזוי ווי מיר האבן שוין דערמאנט פריער די דיאמאנטן זענען קריסטאליזירט פון קוילנשטאף וואס איז געשאפן איז געווארן אונטער א גאר שטארקע היץ און דרוק, דאס איז דער זעלבער פראצעס וואס מאכט דיאמאנטן פאר די הארטסטע מינעראל וואס מען ווייסט, א דיאמאנט איז דער נומער צען אויפ'ן מאש הארטקייט אויפן וואגשאל פון הארטקייט, דער וואגשאל איז גענוצט געווארן צו מעסטן די הארטקייט פון מאטריאל'ן ספעציעל מינעראלן, עס טראגט דעם נאמען מאש נאכן דעם מינעראלאגיסט פרידריך מאש. דא האט איר די ליסטע פון הארטקייטן, און מיר גייען פון ווייך צו הארט.
טאלק: Talc – ווערט לייכט צוקראצט דורך די פינגער נעגל
גיפס: Gypsum – איז שוין שווערער אבער מען קען ער צוקראצן מיטן נעגל
קאלסיט: Calcite – קען צוקראצט ווערן בלויז מיט א קופערנע מטבע
פלאוריט: Fluorite – קען נישט קראצן און נישט ווערן צוקראצט דורך א מטבע און עס קען נישט קראצן קיין גלאז
אפטייט: Apatite – קען קראצן גלאז מיט שוועריקייטן אבער קען לייכט צוקראצט ווערן מיט א מעסער
ארטאקלעס: Orthoclase – קען לייכט צוקראצן גלאז אבער עס קען נאר צוקראצט ווערן מיט א file
קווארץ: Quartz – ווערט נישט צוקראצט דורך א file
טאפאז: Topaz – קען נאר צוקראצט ווערן דורך קאראנדאום אדער דיאמאנטן
קאראנדאום: Corundum – קען נאר צוקראצט ווערן דורך דיאמאנטן
דיאמאנטן: Diamond – קען נאר צוקראצט ווערן דורך אן אנדערן דיאמאנט

טראץ דעם וואס בריליאנטן איז בלויז מיט איין שטאפל העכער קאראנדאום איז א דיאמאנט הונדערט מאל הארטער ווי סיי וועלכע אנדערע איידל שטיין פון דעם זעלבן קלאס. דער דיאמאנט איז אזוי געפארעמט אז אירע אַטאָמען זענען אזוי אויסגעשטעלט זייער מסודר וואס דאס מאכט איז אזוי הארט, יעדער קוילנשטאף אטאם איז פארבינדן מיט נאך אנדערע פיר קוילנשטאף אטאמען וואס דאס שאפט א גאר הארטער יוניט, און דער מאלעקול וואס קומט ארויס דערפון איז זייער הארט און שטארק, גראפיט און אנדערע פארמען פון קוילנשטאף איז נישט אזוי שטארק ווי דיאמאנט ווייל יעדער קוילנשטאף אטאם פון גראפיט איז פארבינדן אין א רינג מיט בלויז נאך אן אטאם.

דער פאקט אז דיאמאנטן זענען אזוי הארט מאכט דאס פראקטיש עס זאל גענוצט ווערן אלס א געצייג צו שניידן מיליטערישע געצייג ווי עראפלאנען טיילן און וואפן, אמעריקע האט זיך געטראפן גענצליך אנגעוויזן אויף סאוט אפריקע זיך זאל איר צושטעלן דיאמאנטן פאר אירע אינדוסטריאלע געצייגן נאכדעם וואס די צווייטע וועלט'ס קריג האט זיך געענדיגט, די אמעריקאנער אינדוסטריע האט אנגעהויבן מאסיווע באמיאונגען צו שאפן אירע אייגענע בריליאנטן פאר דעם צוועק. אין יאר 1951 האט גענעראל עלעקטעריק געלאזט אין גאנג א פראיעקט מיטן נאמען סופערפרעשור, אין דעם עקפערימענט האט די פירמע פרובירט צו שאפן דיאמאנטן פון גראפיט דורך ארויפלייגט אויף די מאטריאל א מאסיווע צאל פון פרעשור און היץ און מאשינען וואס ווערן גערופן דיאמאנטן פרעסעס, די מאשינען האבן אבער נישט באוויזן צו שאפן דיאמאנטן. דערפאר האבן זיי גענומען דעם מאטריאל מיטארייט וואס איז אויך קארבן אבער עס האט אויך אייזן דערין, און דערמיט האבן זיי דורכגעפירט זייער עקפערימענט וואס האט באוויזן צו שאפן קריסטאליזאציע פון בריליאנטן.