לדלג לתוכן

עטיאפיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון עטיאָפּיע)
פֿעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק פון עטיאפיע
የኢትዮጵያ ፌዴራላዊ

ዲሞክራሲያዊ ሪፐብሊክ
ye-Ītyōṗṗyā Fēdēralāwī Dīmōkrāsīyāwī Rīpeblīk

פאן עטיאפיע
פאן עטיאפיע
סימבאָל עטיאפיע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: שריט פאָרויס, ליב עטיאָפּיאַן באָדן
אָרט פֿון עטיאפיע
אָרט פֿון עטיאפיע
קאָנטינענט אפריקע
אָפֿיציעלע שפּראַך אמהאריש
הויפּטשטאָט אדיס אבאבא
רעגירונג פעדעראלע פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
גירמע וואלדע־גיארגיס
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
1,104,300 קוואַדראַט ק"מ
27
0.7
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



?? מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען et.
טעלעפֿאָן קאָד 251+

עטיאָפּיע (אַמהאַריש: ኢትዮጵያ, איטיאפפיאַ, אַפֿאַר: Itiyoophiyaa, איטי־יופֿי־יאַאַ, געעז: ኢትዮጵያ. אראמא: Itoophiyaa, סאמאַלי: Itoobiya, איטוביאאַ, טיגריניאַ: ኢትዮጵያ), אפיציעל די פעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק פון עטיאפיע, איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין דעם הארן פֿון אַפֿריקע. זי באדעקט א שטח פון 1,100,000 קוואדראט ק"מ (דאס צענטע גרעסטע לאנד אין אפריקע), און איר הױפּטשטאָט איז אַדיס אַבאַבאַ. עטיאפיע גרענעצט עריטרעא צו צפון, דזשיבוטי צו צפון־מזרח, סאמאליע צו מזרח, קעניע צו דרום, דרום סודאן צו מערב און סודאן צו צפון־מערב, זי האט א באפעלקערונג פון 109 מיליאן מענטשן (אין יאר 2019).

מער ווי דריי טויזנט יאר איז עטיאפיע׳ס רעגירונג סיסטעם געווען א מאנארכיע. לויט דער עטיאפישער לעגענדע, שטאמען די קעניגן פון עטיאפיע פון שלמה המלך און די מלכה פון שבא.

פאר איבער טויזנט יאר האט געהערשט אין דעם ראיאן דאס קעניגרייך פון אקסום.

אין 1936 האט איטאליע אקופירט עטיאפיע ביז אינמיטן דער צווייטער וועלט-מלחמה. ווערנט דער איטאליענישער הערשאַפֿט האט די רעגירונג געענדיגט שקלאפעריי,[1] וואָס איז געווען איינגעפֿירט אין לאנד הונדערטער יארן.[2] עטיאפיע איז געווען דער ערשטער אומאפהענגיקער אפֿריקאנישער מיטגליד אין דער פעלקער-ליגע און די פאראייניגטע פעלקער.[3] אין 1974, איז די עטיאפישע מאנארכיע אונטער היילי סעלאסי געווארן אראפגעווארפֿן דורך דעם דערג, א קאמוניסטישע מיליטערישע רעגירונג געשטיצט דורך דעם סאוועטן פֿארבאנד. אין 1987 האט דערג געגרינדעט די פֿאלקס־דעמאקראטישע רעפובליק פֿון עטיאפיע, וואס איז אבער אראפגעווארפן דורך דעם עטיאפישן פאלקס־רעוואלוצינערישן דעמאקראטישן פֿראנט, וואס הערשט אין עטיאפיע זייט דעמאלסט.

עטיאפיע פירט אן אומאפהענגיקן פאליטיק, אנדערשט פון דעם קאנטינענט פון אפריקע און די לענדער פונעם מיטל מזרח; אין א געוויסן זינען איז איר פאליטיק פירנדיק. אין יאר 1923 איז זי געווארן א מיטגליד אין דער פעלקער-ליגע, און אין יאר 1942 האט זי אונטערגעשריבן די אפיציעלע דעקלאראציע פון די פאראייניגטע פעלקער, און איז געווארן איינע פון דער ארגאניזאציע׳ס 51 גרינדער לענדער. צוליב דעם האט זי באקומען א ספעציעלן סטאטוס אין דעם קאנטינענט און האט זוכה געווען הויפטקווארטירן דעם פֿ״פֿ צענטער אין אפריקע. אויך איז עטיאפיע איינער פון די גרינדער פונעם אפריקאנער פארבאנד, וועמענ׳ס סעקרעטעריאט געפינט זיך אין דער הויפטשטאט פון עטיאפיע, אדיס אבאבא.

עטיאפיע און אויך עריטרעא ניצן די אוראלטע געעז שריפט, וואס איז איינע פון די עלטסטע אלפֿאבעטן אין דער וועלט וואס מען ניצט נאך ביז היינט.[4] זיי האלטן דעם עטיאפישן קאַלענדאַר, וואָס איז הינטערשטעליק דעם גרעגאריאַנישן קאַלענדאַר מיט אומגעפֿער זיבן יאָר און דריי מאנאַטן. דער גרעסטער טייל פון דער באפעלקערונג זענען קריסטן, און דאס היסטארישע קעניגרייך פון אקסום איז געווען איינע פון די ערשטע מדינות וואס האט אפֿיציעל אדאפטירט די רעליגיע. א דריטל פון דער באפעלקערונג זענען מוסולמענער (מערסטנס סוניס). א היפשע באפעלקערונג פון עטיאפישע יידן, באקאנט אלס ביתא ישראל, האבן געוואוינט אין עטיאפיע ביז די 1980ער יארן.[5][6] עטיאפיע איז א פֿילשפראכיק פֿאלק, מיט עטלעכע 80 עטנא-לינגוויסטישע גרופעס, פון וועלכע די פֿיר גרעסטע זענען די אראמא, אמהארא, סאמאלי און די טיגראיאנער. אין עטיאפיע ווערן גערעדט—דורך די פארשידענע שבטים און פעלקער—פיר-און-אכציג שפראכן.

לויט דעם בוך פון אקסום און דעם היסטאריקער פליניוס דער עלטערער שטאמט דער נאמען פון עטיאפיוס, א זון פון כוש בן חם.

מאפע פון עטיאפיע

עטיאפיע באדעקט א שטח פון 1,100,000 קוואדראט ק"מ. זי ליגט אין מזרח אפריקע און נעמט איין כמעט אינגאנצן דעם הארן פון אפריקע, וואס איז דער מזרח עק פון דעם קאנטינענט פון אפריקע. עטיאפיע גרענעצט עריטרעע צו צפון, סודאן און דרום סודאן צו מערב, קעניע צו דרום, סאמאליע צו מזרח און דזשיבוטי אין צפון מזרח. געאגראפיש האט עטיאפיע גאנץ הויכע הייכן, צווישן 1,800 און 3,000 מעטער העכער דעם ים-פלאך, מיט בערג וואס דערגרייכן א הייך פון 4,620 מעטער, וואס זענען צעטיילט דורכן סיריש-אפריקאנישן שפאלט. דער שפאלט גייט אדורך פון דרום-מערב צו צפון-מזרח און איז ארומעגומען מיט מדברדיקן שטח וואס איז אסאך נידעריקער. די פילארטיקע סארטן שטח ברענגען צו א ברייטער פארשיידנקייט אין קלימאט, ערד און געוואוקס און אין טיפן זידלונגען אין לאנד. דער מזרח גרענעץ פון לאנד איז א מדבר, אבער אין דרום זענען פאראן טראפישע וועלדער.

אזערע טאנא אין צפון איז דער קוואל פונעם בלויען נילוס.

די קלימאט איז מערסטנס טראפישער מאנסון, אבער מיט א גרויסער וואריאציע לויט דער טאפאגראפיע. דאס עטיאפישע אויבערלאנד באדעקט דעם גרעסטן טייל פון לאנד און האט א קלימאט וואס איז גאנץ א ביסל קילער וואו אנדערע ראיאנען נאנט צום עקוואטאר. די וויכטיקע שטעט אין לאנד זענען מערסטנס אויף א הייך פון 2,000–2,500 מ׳ איבערן ים־פלאך, כולל די היסטארישע הויפטשטעט גאנדאַר און אַקסום.

טייל פון וועלט בא״פ (PPP)[7]
יאָר טייל
1980 0.08%
1990 0.07%
2000 0.07%
2010 0.10%
2017 0.16%

לויטן אינטערנאציאנאלן געלטפאנד איז עטיאפיע געווען איינע פון די גיכסט־וואקסנדע עקאנאמיעס פון דער וועלט, מיט מער ווי 10% עקאנאמישער וואוקס צווישן די יארן 2004 און 2009.[8] זי איז געווען די גיכסט־וואקסנדע נישט־אויל־אפהענגיקע אפריקאנישע עקאנאמיע אין די יארן 2007 און 2008.[9] אין 2015, האט די וועלטבאנק געצייכענט אז עטיאפיע האט געזען שנעלע עקאנאמישע וואוקס מיט עכטע ברוטא אינלענדישער פראדוקט (GDP) וואוקס דורכשניטלעך 10.9% צווישן 2004 און 2014.[10]

ענערגיע און הידראקראפט

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
אויסלייג פון דער גרויסער רענעסאנס דאמבע

עטיאפיע האט 14 הויפט טייכן וואס פליסן פון איר אויבערלאנד, כולל דעם נילוס. זי האט די גרעסטע וואסער רעזערוון אין אפריקע. אין 2012 איז בערך 88.2% פון דער גארער עלעקטריע גענערירן קאפאציטעט געווען פון הידרא־עלעקטריע. די איבריגע עלעקטריע קראפט איז געווען גענערירט פון פאסיל־ברענשטאף (8.3%) און באנייבאר קוואלן (3.6%).

די עלעקטריפיקאציע ראטע פאר דער גאנצער באפעלקערונג אין 2016 איז געווען 42%, מיט 85% דעקונג אין שטעטלעכע שטחים און 26% דעקונג אין דארפֿישע געגנטן. אין 2016 איז די גארע עלעקטריע־פראדוקציע געווען 11.15 TW⋅h און באניץ איז געווען 9.062 TW⋅h. מען האט עקספארטירט 0.166 TW⋅h עלעקטריע און אימפארטירט 0 kW⋅h .[11]

עטיאפיע פארזארגט עטלעכע 81% פון וואסער פארנעם צום נילוס דורך די טייך־באסיינען פונעם בלויען נילוס, טייך סאבאט און אטבארא. אין 1959, האבן עגיפטן און סודאן אונטערגע׳חתמעט אן אפמאך, דער 1959 נילוס וואסערן אפמאך, וואס האט געגעבן ביידע לענדער אויסשליסלעכע רעכטן איבער די נילוס וואסערן. זייט דעמאלסט האט עגיפטן כסדר זיך דערגעגענט כמעט אלע פראיעקטן אין עטיאפיע וואס האבן געוואלט אויסניצן די לאקאלע נילוס בייטייכן. דאס האט גורם געווען אז דרויסנדיקע אינוועסטירער האבן נישט קיין אינטערעסע אין פינאנצירן הידראקראַפט און באוואסערונג פראיעקטן אין מערבדיקער עטיאפיע, וואס האלט אויף וואסער רעסורסן עקאנאמישע אנטוויקלונג פראיעקטן. עטיאפיע, אבער, האלט אין איין קאנסטרוקטירן א גרויסע 6,450 MW הידרא-עלעקטרישע דאמבע אויף דעם טייך בלויען נילוס. ווען זי וועט ווערן געקאנטשעט וועט די דאזיקע גרויסע עטיאפישע רענעסאנס ווערן די גרעסטע הידרא-עלעקטרישע קראפט-סטאנציע אין אפריקע.




אין דעם טיגרע ראיאן פון עטיאפיע האט געוואוינט א שבט פון יידן וואס די גוים האבן זיי גערופן פאלאשן.

  1. Abolition of Slavery in Ethiopia.
  2. Shivley, K. "Addis Ababa, Ethiopia" Macalester.edu (ארכיווירט 11.02.2017 ביי דער Wayback Machine). דערגרייכט דעם 15טן מיי 2008.
  3. "The Reporter – English Edition" (ארכיווירט 29.10.2013 ביי דער Wayback Machine). thereporterethiopia.com.
  4. Page, Willie F. (2001). Encyclopedia of African history and culture: African kingdoms (500 to 1500), Volume 2. Facts on File, 230. ISBN 978-0-8160-4472-6. 
  5. Weil, Shalva (2008) "Jews in Ethiopia", pp. 467–75 in Encyclopaedia of the Jewish Diaspora, Vol. 2. M.A. Erlich (ed.). Santa Barbara, USA: ABC CLIO.
  6. Weil, Shalva (2011) "Ethiopian Jews", pp. 165–66 in Cambridge Dictionary of Judaism and Jewish Culture. Judith Baskin (ed.). New York: Cambridge University Press.
  7. Report for Selected Countries and Subjects.
  8. World Economic Outlook. IMF. דערגרייכט דעם 13טן יאנואר 2013.
  9. Ethiopia: IMF Positive on Country's Growth Outlook. allAfrica. דערגרייכט דעם 13טן יאנואר 2013.
  10. With Continued Rapid Growth, Ethiopia is Poised to Become a Middle Income Country by 2025.
  11. ציטירן גרײַז: אומגילטיגער <ref> טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמען CIA