עטיאפישער קאלענדאר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
2017 אין פֿארשידענע קאלענדארן
גרעגאריאנישער קאלענדאר 2017
MMXVII
יידישער לוח ה'תשע"ז - ה'תשע"ח
כינעזישער קאלענדאר 4713 – 4714
丙申 – 丁酉
4714 איז דאס יאר פֿון דער הון
עטיאפישער קאלענדאר 2009 – 2010
פערסישער קאלענדאר 1395 – 1396
איסלאמישער קאלענדאר 1438 – 1439

דער עטיאפישער קאלענדאר איז א זון־יאר קאלענדאר פון 365 אדער 366 טעג, וואס איז דער הויפט קאלענדאר פון עטיאפיע, און איז אויך דער רעליגיעזער קאלענדאר פון דער ארטאדאקסישער קירכע פון עריטרעא. דער קאלענדאר איז באזירט אויפן אוראלטן קאפטישן קאלענדאר. דער קאלענדאר האט צוועלף מאנאטן פון דרייסיג טעג, און פינף (זעקס אין אן עיבור־יאר) טעג ביים סוף פון יאר. גענוי ווי דער יוליאנישער קאלענדאר, איז יעדע פערטע יאר אן עיבור־יאר, אן קיין יוצא מן הכלל.

דאס יאר הייבט אן אין סעפטעמבער לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר. די יארן פונעם עטיאפישן קאלענדאר זענען בערך זיבן ווינציקער פונעם גרעגאריאנישן קאלענדאר; למשל, אין סעפטעמבער 2007 האט אנגעהויבן יאר 2000 אינעם עטיאפישן קאלענדאר.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]