חם

פֿון װיקיפּעדיע
חם
געבורט האלף ה־3 לפנה״ס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
חם בן נח אחי שם ויפת (תחריט 1553)

חם איז א מענטש אין תנ"ך וואס איז געווען דער צווייטער זון פון נח (בראשית ו'); לויט אַ טראַדיציע אין דער גמרא (סנהדרין ס"ט) איז חם געווען דער אינגסטער פון די דריי ברידער "שם, חם, יפת"; אין בראשית י' ווערט איבערגעגעבן די רשימה פון די פעלקער, װאָס האָבן אַפּגעשטאַמט פון חם, צווישן זיי די פעלקער אין אַפויקע כוש, פוט און מצרים, און די פעלקער װאָס האָבן געוואוינט אין ארץ־ישראל איידער די יידן האָבן פאַרנומען דאָס לאנד (כנען, צידון, חת, אמורי און אַנדערע). אויך היינט ווערט די פעלקער אין אַפריקע אָנגערופן "די אָפּשטאַמענדע פון חם" (כאַמיטן); װעגן דעם שייכות צװוישן דעם װאָרט חם (שװאַרץ, אָפּגעברענט פון דער זון, חמה) און דער שװאַרצער הויט פון די אַפריקע־פעלקער, איז פאַראַן אין גמרא סנהדרין ק"ה (חם לקה בעורו) און אין מדרש בראשית רבה ל"ו.

ער האט געהאט א קינד מיטן נאמען כנען וואס פון אים האבן געשטאמט די כנענים. נאך פון זיינע קינדער זיינען: כוש, מצרים, פוט.

חם איז געשאלטן געווארן ביי נח אז די שטאמונג פון זיין קינד כנען וועלן זיין קנעכט פאר די אידן פון וועגן ער האט נישט פארדעקט זיין טאטן בשעת ווען נח איז געוועזן נאקעט (אנדערע מפרשים זאגן אז חם האט קאסטרירט זיין טאטן). ”וַיַּרְא, חָם אֲבִי כְנַעַן, אֵת, עֶרְוַת אָבִיו; וַיַּגֵּד לִשְׁנֵי-אֶחָיו, בַּחוּץ... וַיִּיקֶץ נֹחַ, מִיֵּינוֹ; וַיֵּדַע, אֵת אֲשֶׁר-עָשָׂה לוֹ בְּנוֹ הַקָּטָן. וַיֹּאמֶר, אָרוּר כְּנָעַן: עֶבֶד עֲבָדִים, יִהְיֶה לְאֶחָיו” (בראשית ט') און דערפאר נאכער האבן די אידן איינגענומען די לאנד כנען.

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]