לדלג לתוכן

בעלגיע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון בעלגיען)
בעלגיע
פאן בעלגיע
פאן בעלגיע
סימבאָל בעלגיע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: די בראבאנקאן
אָרט פֿון בעלגיע
אָרט פֿון בעלגיע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך פלעמיש, פראנצויזיש און דייטש
הויפּטשטאָט בריסל
רעגירונג קעניגרייך (דעמאקראטיע)
קעניג
פּרעמיער מיניסטער
פיליפ דער ערשטער
סאפי ווילמעס
גרינדונג דאַטום
4טן אקטאבער 1830
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
30,528 קוואַדראַט ק"מ
140טע
6.2%
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,423,493
79טע
33 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע מיליאן $381 (30סט)
וואַלוטע איירא
צײַט זאָנע 1 +UTC
אינטערנעט דאָמען be.
טעלעפֿאָן קאָד 32+

בעלגיע אדער דאס קעניגרייך פון בעלגיע (אין פלעמיש: België; פראנצויזיש: Belgique; דייטש: Belgien) איז אַ לאַנד אין צפון-מערב אײראָפּע, דאס לאנד האט א פעדעראלע צאמ-שטעלונג פון דריי געגענטער: פלאנדערן, וואלאניע, בריסעל. דער לאנד הויפט איז דער קעניג פיליפ דער ערשטער. די אפיציעלע שפראכן זענען פלעמיש, פראנצויזיש און דייטש. דאס לאנד גרענעצט זיך מיט האלאנד פון צפון, דייטשלאנד און לוקסעמבורג ביי מזרח און פראנקרייך ביי דרום, און ליגט ביי דעם צפון ים אויף מערב. בעלגיע האט א שטח פון 30,528 קוואדראט ק"מ (11,787 קוואדראט מייל). די הױפּטשטאָט איז בריסעל.

בעלגיע האט א באפעלקערונג פון בערך 10.4 מיליאן (יולי 2010).

בעלגיע איז געווען א גרונטמיטגליד פונעם אייראפעישן פארבאנד און איז דער גאסטגעבער פון זיין הויפטקווארטיר.

אין די געגנט פון היינטיגער בעלגיע, האבן פאר צוויי טויזנט יאר צוריק געוואוינט שבטים וואו די קעלטן און די גאלן. און יאר 57 פאר דער ציילונג, האט יוליוס קייזער אויסגעברייטערט דאס איינ-נעמען פון די רוימישע אימפעריע, און האט גרעסער געמאכט דאס פלאץ ביז גאליא בעלגיקא, די געגנט וואס נעמט אריין די היינטיגע בעלגיע און האלאנד, אבער אין דעם 5טן יארהונדערט האט יוליאנוס איבער געגעבן גאליא בעלגיקא פאר די פראנקען. אין דעם 8טן יארהונדערט האבן זיי געטוישט די רעליגיע צו קריסטנטום. אין 843 האט דער אפמאך פון ווערדון צעטיילט די פראנקישע אימפעריע, און די נידערלאנדן זענען געווארן געטיילט צווישן מיטל און מערב פראנקיע.

במשך די מיטעלע יארן האט בעלגיע געוועלטיגט מיט נאך נידערלאנדער דורך נאנטע קעניגרייכן.

אין דעם 14טן יארהונדערט איז אנגעקומען צו פארשידענע געגענטער אין בעלגיע די גאלדענע עפאכע, אונטער דאס הערשאפט פונם פראנצויזישן בארגאניע פירשטן. אין די צייט איז געוואקסן די עקאנאמיע, אינדוסטריע און קונסט. די פלעמישע שטעט איפער, ברוגע און גענט זענען געוואקסען אויף טעקסטיל און קליידער פראדוקציע. און מיט די צייט איז אנטווערפן געווארן א וויכטיגע ים-פארט וואס האט ערמעגליכט אריבער צופירן ווארע צו אייראפעישע און בריטישע אונזלען און אויך צו זיי. אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט האט אנגעהויבן גיין די בארג אראפ, די נידערלאַנדן זענען אריבער צו די הענט פון די שפאנישע האפסבורגן, איינוואוינער האבן אנגעהויבן א לאנגע קאמף אקעגען דער הערשאפט פון די שפאנישע קאטאליקן.

אין יאר 1568 האט אויסגעבראכן דאס קריג פאר זעלבשטענדיגקייט פון די נידערלאַנדן, "די רעוואלוציע פון די נידערלאַנדן". דער קריג האט געדויערט אכציג יאר, צום סוף האט האלאנד מיט אירע פארבינדעטע פארטריבן שפאניע פון זייערע טעריטאריע, אבער בעלגיע און לוקסעמבורג זענען געבליבען אונטער די הערשאפט פון די שפאנישע קאטוילן און זענען געווען באקאנט אלס די דרום נידערלאַנדן אדער שפאנישע נידערלאַנדן. אונטער די קאנטראקט פון אוטרעכט (1713), וואס האט געענדיגט די ירושה'דיגע מלחמה, איז אריבער די שפאנישע נידערלאַנדן צו דער הערשאפט פון די האפסבורגן אין עסטרייך. נאך דער פראנצויזישער רעוואלוציע האבן די פראנצויזן אריינגעדרינגען אין דעם געגנט. די פראנצויזישע אינוואזיע האט צוגעאיילט דאס אויפשטעלן פון דער פלעמישער נאציאנאלער באוועגונג, וואס האט זיך קעגן געשטעלט צו א פראנצויזישער הערשאפט. דאס אמאליגע נידערלאַנדן איז געווארן א פאל-שטענדיג חלק פון פראנקרייך, וואס האט ווידער צוטיילט צו ניין שטיקלעך.


ביי דער קאנגרעס פון ווין, נאך דער נידערלאגע פון נאפאלעאן אין יאר 1815, איז דער געגנט איבערגעגעבן געווארן צו דעם פאראייניגטע קעניגרייך פון די נידערלאַנדן. אבער נאך פופצן יאר, אין יאר 1830, האבן ווידערגעשפעניגט די קאטוילישע דרום פראווינצן פון די נידערלאַנדן אין די האלענדישע פראטעסטאנטישע הערשאפט. זיי האבן געוואונען זעלבסשטענדיגקייט, און זיי האבן אויפגעשטעלט צום ערשטן מאל אן אייגן קעניגרייך מיטן אדאפטירן דאס רוימישע נאמען פונעם געגנט בעלגיקא/בעלגיע. די בעלגישע האבן געשטרעבט אויף א זעלבסשטענדיגן קעניגרייך און האבן זיך געוואנדן צום פראנצויזישען קעניג צו אויפנעמען זיין זון אלס קעניג פון בעלגיע. ווען ער האט נישט געוואלט, האט מען אנגעבאטן דאס קעניגרייך פארן דייטשן פרינץ לעאפאלד וואס האט געהערט צו דער זאקסען-קאבורג-גאטהא משפחה (די מומע פון דער בריטישער קעניגין וויקטאריע). אום 21סטן יולי 1831, דאס בעלגישע זעלבסשטענדיגקייט טאג, איז געקרוינט געווארן פרינץ לעאפאלד אלס לעאפאלד דער ערשטער, דער קעניג פון בעלגיע, און אזוי האט זיך אנגעהויבן די דינאסטיע פונם בעלגישע קעניגרייך. פאר פינף און אכציג יאר האט בעלגיע געבליהט אלץ א קליינע אבער פעסטגעשטעלטע קעניגרייך. בעלגיע האט מורא געהאט איינגעשלינגן צו ווערן דורך איינע פון די שכנים צוזאמען מיט די גרויסע שלאכטן פאר מאכט ביי די גרעניצן - דייטשלאנד, פראנקרייך און האלאנד, וועגען דעם האט זי זיך געהאלטן צו א נייטראלע אויסערן פאליטיק. טראץ די נייטראלע פאליטיק, און דאס אנערקענונג פון די פרוזען, האבן די דייטשן אינוואדירט אום יאר 1914. דאס אינוואדירן באגלייט מיט קריגס-פארברעכן איז געווען דאס אורזאך פון די זאפארטע צושטעלונג פון ענגלאנד צו די מלחמה. אייניגע פון די שווערסטע בלוטיגסטע שלאכטן בשעת דער ערשטער וועלט מלחמה איז געווען אויפן בעלגישן גרונד, וועלכער ווערט אויסגעדריקט און דאס ליד אין די פעלדער פון פלאנדערן.

ביי די צווייטער וועלט קריג איז גאנץ בעלגיע איינגענומען געווארן אין דריי וואכן אום לויף פון א איבעראשונג אנגריף דורך דייטשע אין מיי 1940. בעלגיע האט נאכן צווייטער וועלט קריג גענאסן פון אן עקאנאמישן אויפשוואונג. בעלגיע איז אויסגערופן געווארן אלץ די הויפטקווארטירן פון די אייראפעישן פארבאנד און פון נאט"א (צפון אטלאנטישע פאקט ארגאניזאציע), און דאס האט געהעכערט די פארבינדונגן מיט אויסלענדישע ביזנעסער און האט פארבעסערט אירע עקאנאמיע. אויך געפינט זיך אין בעלגיע די אייראפעאישע קאמיסיע.

היינט איז בעלגיע צוטיילט אין צוויי עטנישע חלקים, די פלעמערס און די וואלאנישע, עס שיינט אז ווען נישט די הויפטשטאט בריסעל און די מאנארכיע, וואלט בעלגיע געווען צוטיילט און צוויי לענדער. דער יעצטיגער קעניג איז פיליפ דער ערשטער וואס האט איבערגענומען און יאר 2013 זיין פאטער אלבערט דער צווייטער וועלכער האט זיך אפגעזאגט. דער יעצטיגער פרעמיער מיניסטער איז איוו לעטרעם וועלכער האט אויפגעטוישט הערמאן וואן ראמפוי נאכדעם וואס ער איז געווארן אויפגענומען פאר די ערשטע שטענדיגע פרעזידענט פון די אייראפעישער ראט.

בעלגיע איז א געזעצליכע מאנארכיע מיט א פארלאמענטארע דעמאקראטיע. דורך די 19טער י"ה איז דאס בעלגישע קעניגרייך אדורך פארשידענע טוישונגען אין דאס בוי פון די הערשאפט און אין דאס בוי פון די יעצטיגע פעדעראציע, וואס מאכט ארדענונג און שטעלט פריש צוזאם וויאזוי די פעדעראלע פארלאמענט זאל ארבעטן, באשטעטיגט אין יאר 1993. די נייע אויסשטעל טוט רעגולירן די באטייליגונג פון פארטרעטערס פון דריי ניוואס אין די הערשאפט: די צענטראלע רעגירונג, די פראווינצן און די שפראכן געמיינדעס (צוזאמגעשטעלט דורך די געגענטער).

דער פארלאמענט באשטייט פון צוויי הייזער: דער סענאט און דאס פארלאמענט. דער סענאט באשטייט פון פארטרעטערס פון דריי ניוואס אין די הערשאפט, וואס ווערן געוועהלט דורך פארשידענע מעטאדעס, און טוט אויך איינשליסען סימבאלישע פארטרעטער, אן קיין שטומרעכט - די קינדער פונם קעניג. דער פארלאמענט איז צאמגעשטעלט פון פארטרעטער פון 11 פראווינצן, וואס פארטרעטען פארהאלטנמעסיג. די יעצטיגע שטראם אין בעלגיע איז דאס איבערפירן מאכט פון די צענטראלע רעגירונג צו די פראווינצן רעגירונג.

די דריי ניוואס אין די הערשאפט, וואס יעדער האט א אנדערע מאכט, זענען:

1. די צענטראלע רעגירונג - מעג באהאנדעלען געביטן וואס די בעלגישע גלייכפארמיגקייט איז וויכטיג צו האלטן א גלייכשטעלונג און א אחדות צב"ש דער בודזשעט, דאס דורכפירן געזעצן, יוסטיץ, זיכערהייט, וואלוטע פאליטיק, שטייער, קאנקארענץ און סאציאלע זיכערהייט.

2. דריי געגענטער (פעדעראלע איינהייטן):

3. דריי שפראכן געמיינשאפן:

  • די פלעמישע געמיינדע צאמגעשטעלט פון איינוואוינערס און פלאנדערן און אויך 10% פון די געגנט אין בריסעל וואו מען רעדט פלעמיש - צוזאמען מאכט אויס דאס פלעמישע געמיינדע 55% פון די בעלגישע איינוואוינערס.
  • די פראנצויזישע געמיינדע צאמגעשטעלט פון איינוואוינערס און וואלאניע און אויך 80% פון די געגנט אין בריסעל וואו מען רעדט פראנצויזיש - צוזאמען מאכט אויס דאס פראנצויזישע געמיינדע 33% פון די בעלגישע איינוואוינערס.
  • די דייטש געמיינדע איז רעלאטיוו קלענער (ווייניגער פון הונדערט טויזנט מענטשן אין מזרח וואלאניע, אבער האט גלייכע רעכטען וואו די אנדערע צוויי געמיינדעס, און האט זיינע אייגענע געזעצ-געבער קערפערשאפן, די געמיינדע זענען פאראנטווארטליך פאר קולטור און בילדונג, וואו אויך אין געביטען וואס האט צוטוהן מיט שפראך.

די בעלגישע עקאנאמיע איז זייער ענטוויקלט און איז באזירט אויף אינטערנאציאנאלן האנדל. מער פון 70% פון בעלגיע'ס ברוטא אינלענדישן פראדוקט קומט פון אימפארט און עקספארט. בעלגיע ברענגט אריין רוי-שטאף פאר פילע פראדוקטן און עקספארטירט זיי נאכן איבערארבעטן וואס הייבט דאס פראדוקט-ווערט. מער פון 50% פון פראדוקציע איז באשטימט פאר עקספארט, און אין געוויסע געביטן וואו צב"ש טעקסטיל און גלאז גייט עס ארויף ביז 80%. וויבאלד דאס פאזיציע פונם לאנד און די ענטוויקעלטע טראנספארטאציע פון אינפרא-סטראקטור דינט בעלגיע אלץ א צענטראלע קאמערצואלע אנשלוס-פונקט אין די אייראפעישער מארקט.

בעלגיע איז א צענטראלע געמיינשאף אין די אייראפעישע פאראיין, א געמיינשאף אין די יורא, און בריסעל דינט אלץ די הויפטשטאט פון די אייראפעישע פאראיין. דאס עקאנאמישען מארקעט אין בעלגיע איז זעהר ענטוויקלט, די ארבעטס-פראדוקטיוויטעט איז הויך און דער ברוטא אינלענדישער פראדוקט פער מענטש איז פון די העכסטע אין די אינדוסטריעלע לענדער. די דינסטן סעקטאר איז דאמינאנט און איז 75% פון דעם בעלגישן ברוטא אינלענדישן פראדוקט. די אינדוסטריע פאבריצירט א 24% פון דעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט, און די אגריקולטור נאר א 1.3%. בעלגיע איז א קליינע אפענע מארק מיט אויסלענדישע האנדל באציאונגען צום ברוטא אינלענדישן פראדוקט פון א 84% פאר אימפארט און א 79% פאר עקספארט.

בעלגיע אימפארטירט בעיקר עסן, מאשינעריי איינריכטונגען, רויע דיאמאנטען, נאפט, שטאף און נאך. די הויפט אימפארט איז אויטאמאבילן, באארבעטע עסן, באארבעטע מעטאלן, באארבעטע דיאמאנטען.

בעלגיע ליידט פון אפאר עקאנאמישע פראבלעמען וואס באגלייט בעלגיע שוין פילע דורות, און איבערהויפט איז דאס טרעפען נייע ארבעטס-פלעצער. און געוויסע געגענטער איז דאס ארבעטסלאזיקײט הויך אין טוישט זיך שוין נישט פאר צענדליגע יארן. די שטייערן זענען הויך, און דאס שטייפע ארבעטס-מארקט ווערט קאנטראלירט דורך באוועגלאזע ארבעטס-געזעצן. דאס באצאלען ארבעטערס איז פון די העכסטע אין אייראפע.

בעלגיע האט א גרויסע רעגירונגס-חוב, און צוגאב צודעם שטייט זי פאר א פראבלעם פון א עלטערע באפעלקערונג וואס וועט גורם זיין צו א באדייטענעם העכערונג אין טראנספער לייסטונגען.

בעלגיע ליגט אין צפון מערב אייראפע און גרעניצט זיך מיט האלאנד פון צפון, מיט פראנקרייך ביי דרום, מיט דייטשלאנד און לוקסעמבורג ביי מזרח, און ליגט ביי דעם צפון ים אויף מערב. בעלגיע האט א שטח פון 30,528 קוואדראט ק"מ (11,787 קוואדראט מייל). די געביטן זענען איינגעטיילט אין צוויי: פלאך גרונד אין צפון; די ארדענען אויף דרום. די גרעסטע טייך אין בעלגיע איז די סכעלדע.

דיסטריקטען, פראווינצען אין געמיינדעס

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בעלגיע איז צוטיילט אין דריי הויפט געמיינדעס: די פלעמישע געמיינדע, די וואלאנישע געמיינדע, און די געמיינדע וואס רעדן דייטשיש. אקעגען דעם איז בעלגיע צוטיילט אין דריי פעדעראלע געגענטער:

1. בריסעל די שטאט, 80% איינוואוינערס רעדן פראנצויזיש אין די באצירק איז אויך דא וואס רעדן פלעמיש. אפיציעל איז בריסעל א צוויי שפראכיג באצירק. באפעלקערונג: 980,000 איינוואוינערס.

2. פלאנדערן (הויפטשטאט: בריסעל), דאס מערסטע איינוואוינערס רעדן פלעמיש. באפעלקערונג: 6,000,000 איינוואוינערס. צאמגעשטעלט פון פינף פראווינצן:

3. וואלאניע (הויפטשטאט: נאמור), דאס מערסטע איינוואוינערס רעדן פראנצויזיש אין א קליינע מינדערהייט וואס רעדן דייטשיש. באפעלקערונג: 3,360,000 איינוואוינערס. אויך צאמגעשטעלט פון פינף פראווינצן:

בעלגיע האט א באפעלקערונג[1] פון 10,414,336 איינוואוינערס. רעליגיעס אין בעלגיע ווערט צוטיילט 75% קאטוילן, 4% מוסלמענער, 1% פראטעסטאנטן און ווייניגער פון 1% יידן. שפראכן [2]ווערט צוטיילט פלעמיש 60%, פראנצויזיש 40% און דייטש ווייניגער פון 1%.

די ערשטע יידן זענען אנגעקומען קיין בעלגיע אין די מיטלאלטער, אין די 13טער י"ה, אבער די קהילות זענען געווארן חרוב במשך יענע יארהונדערט און די 14טער י"ה דורך די שווארצע מגפה אין די רייאטן וואס איז געווארן מיטבאגלייט. אין דער 16טער י"ה זענען אנגעקומען אנוסים פון שפאניע און פארטוגאל, און אין דער 16טער י"ה זענען אנגעקומען יידן פון דייטשלאנד צו די געניצן פונם לאנד. ווען בעלגיע האט אויסגערופן זעלבסטשטענדיגקייט און יאר 1830 האבן געלעבט נאר א 1,000 יידן. די גרויסע איינוואנדערונג איז אנגעקומען אין ענדע 19טער י"ה מייסטענס פון מזרח אייראפע.

נאכדעם וואס בעלגיע איז איינגענומען געווארן דורך דאס נאצישן דייטשלאנד ביי די צווייטער וועלט קריג איז נישט שלעכט געווארן פאר די יידן אויף איינמאל נאר צוביסלעך, און א העלפט יידן זענען געשיקט געווארן צו ארבעטס-לאגערן און טויט-לאגערן בשעת די מלחמה. פון זיי זענען געהרגט געווארן א 28,900 מענטשען, וואס האבן אויסגעמאכט א 44% פון דער יידישער געמיינדע. אסאך בעלגישע האבן געראטעוועט יידן דורך זיי באהאלטן אדער דורך העלפן אנטלויפן פון לאנד.

נאך די מלחמה זענען אויפגעשטעלט געווארן פרישע אידישע קהילות אין בריסעל און אנטווערפן און היינט צוטאגס איז דא אין בעלגיע א 51,800 יידן.


  1. געשאצט יולי 2010 - https://www.cia.gov/library/publications/the-world-factbook/geos/be.html (ארכיווירט 12.09.2019 ביי דער Wayback Machine)
  2. אַרטשיווע קאָפּיע, archived from the original on 2019-09-12, https://web.archive.org/web/20190912231952/https://www.cia.gov/library/publications/the-world-factbook/geos/be.html, דערגרייכט 2010-08-31