גלאז

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

גלאז איז א הארטער, קרישלדיגער, דורכזיכטיגער סאליד וואס מען ניצט אין שויבן, שפיגלען, ברילן, פֿלעשער און נאך. גלאז ווערט געמאכט פון זאמד, אדער בעסער געזאגט, פון סיליקא, וואס מען הייצט ביז ער ווערט פליסיק, און דערנאך טוט מען אפקילן גאנץ גיך. ווען ער איז א ביסל ווייך קען מאכן דעם אין נארוועלכער פארעם מען וויל.

מען קען פארשטערקערן גלאז מיט דראטן אדער לאמינאציע.

פאר אינזאלאציע ניצט מען אפט גלאז פיברע מאטעריאל.

פיזיש איז גלאז אן איבערגעקילטע פליסיקייט.

שוין אין אוראלטע צייטן האט מען געניצט גלאז. ווען מען האט פארברענט זאמען האט זיך דאס אש צוזאמגעשטעלט מיט זאמד ביי א הוכן טעמפעראטור און פון דעם איז געווארן סיליקאט גלאז וואס אנטהאלט 60% SiO2. אז מען לייגט צו קאליום דיאקסיד K2O באקומט מען דורכזיכטיגן גלאז. מענטשן האבן געניצט דעם גלאז צו שאפן צירינג און קליינע פלעשלעך.