לדלג לתוכן

אפריקע

פֿון װיקיפּעדיע
אפריקע
מאפע פון אפריקע
מאפע פון אפריקע
שטח 30,221,532 ק"מ2
באפעלקערונג 1,032,532,974
לענדער 54 (ליסטע)
שפראכן אפריקאנער שפראכן
צייט זאנעס UTC-1 ביז UTC+4
אפריקע אין דער וועלט
אפריקע אין דער וועלט

אַפֿריקע איז דער צווייטער גרעסטער קאָנטינענט און האט די צווייטע גרעסטע באפעלקערונג נאך אזיע פונעם ערד פלאנעט. איר גרויסקייט איז 30,244,050 קוואדראט קילאמעטער (אנשליסנדיג אירע אינזלען) וואס דעקט אפ 20.3% פון דער ערד פלאנעט פלאך. איר באפעלקערונג אנטהאלט 1,032 מיליאן איינוווינער (אין 2011), 15% פון דער באפעלקערונג פון דער גארער וועלט.

דער קאנטינענט איז ארומגענומען מיטן מיטלענדישן ים אין צפון, דעם סועץ קאנאל און דעם ים סוף אין צפון־מזרח, דעם אינדישן אקעאן אין דרום־מזרח און דעם אטלאנטישן אקעאן אין מערב. דער עקוואטאר גייט אדורך אפריקע.

אפריקע האט 54 לענדער, כולל דעם אינזל־לאנד מאדאגאסקאר. דאס גרעסטע לאנד לויט שטח איז אלזשיר, און דאס גרעסטע לויט באפעלקערונג איז ניגעריע.

לויט יוסף בן מתתיהו איז דער נאמען "אפריקע" פון אפר, אייניקל פון אברהם אבינו, וועמנס קינדער האבן אינוואדירט ליביע.

רוב פון די אפריקענער קאנטינענט איז כמעט נישט געווען באקאנט פאר די מערב וועלט איינוואוינער ביז פאר בערך פינף – זעקס הונדערט יאר צוריק.

אויסער די אויבערשטע טייל פון אפריקע, ווי מצרים, ליביע, אלגיריה, טוניזיע, און מאראקא, וואס די חלקים ווערן אויך דערמאנט אין תנ"ך און חז"ל. איז אבער די איבריגע טייל פונעם יבשה געווען כמעט גענצליך פארהוילן און אומבאקאנט פאר די דעמאלטס'דיגע מערב וועלט. געציילטע מענטשן פון אייראפע זענען אנגעקומען צו באזוכן דעם טייל פון אפריקע, און צריקגעקומען פון דארט מיט שטוינענדע געשיכטעס איבער די ארטיגע ווילדע שבטים און מאדנע באשעפענישן וואס מען טרעפט דארט, וואס דאס אלעס האט געווארפן א מיסטעריעזע בליק אויף דעם טייל וועלט און געברענגט מערערע טעאריעס און דמיונות איבער וואס עס קומט דארט פאר.

די אוראלטע היסטאריע פונעם צפונדיקן טייל פון אפריקע איז פארבונדן מיט די אנטוויקלונגען וואס האבן פאסירט אין אזיע און אייראפע. אין דעם געגנט האבן אויפגעבליט עטלעכע קעניגרייכן, ווי אוראלט עגיפטן. די אוראלטע גריכן זענען געווען די ערשטע אייראפעישע וואס האבן אויסגעפארשט אפריקע. אין דעם דרומדיקן טייל פון קאנטינענט, איבער דעם סאהארא, איז די היסטאריע געווען אינגאנצן אפגעריסן פון אנדערע ראיאנען פון דער וועלט. די געזעלשאפט איז געווען צעטיילט אויף שבטים, ווי למשל די באנטו און די בושמאנען.

אין יאר 332 פאר דער ציווילער רעכענונג האט אלעקסאנדער דער גרויסער באזיגט די פערסישע הערשאפט אין עגיפטן. ער האט געגרינדעט די שטאט אלעקסאנדריע, וואס איז געווארן, נאך זיין טויט, די הויפטשטאט פון דער מלוכה פון דער תלמי־דינאסטיע.

בערך אין יאר 1450, האט זיך אנגעהויבן צו טון א געיעג דורך די אייראפעישע לענדער אנצוקומען קיין אזיע דורך די וואסער, וואס אין רעזולטאט דערפון האט מען כידוע געטראפן דעם אמעריקאנעם קאנטינענט, האט מען אויך פרובירט דאן צו גיין דורך דעם וואסער וואס נעמט ארום אפריקע, וואס ביז דאן איז נאך קיינער נישט אהין געפארן, נישט וויסענדיג וואס עס גייט דארט פאר. אינמיטן די זוכענישן, האט מען אויך אנטדעקט די איבריגע טייל פונעם אפריקאנעם קאנטינענט, און זיי האבן געזען אז מען רעדט דא פון גאר ווערדפולע לענדער און שטחים, האבן די אייראפעישע לענדער אנגעהויבן צו כאפן שטחים דערפון.

עס האט זיך דאן אנגעהויבן א גרויסע געיעג, און מערערע אייראפעישע לענדער האבן געשיקט זייערע מיליטער מיט מעכטיגע מלחמה שיפן, און איינגענומען שטחים פונעם אפריקאנער קאנטינענט און עס גענומען פאר זיך. צווישן זיי ציילט זיך די דעמאלטס'דיגע גרויסמאכטן: שפאניע, פארטוגאל, פראנקרייך, איטאליע, דייטשלאנד, ענגלאנד, בעלגיע און נאך.

די אורזאכן וואס האט געצויגן די פילע לענדער צו זוכען צו געוועלטיגן אויפן אפריקאנער טריקעניש איז געווען מערערע, אנגעהויבן פון דעם אז דארט געפינען זיך באהאלטן מערערע נאטורליכע אוצרות, ווי גאלד, זילבער, דיימאנטן און נאך פילע ווערטפולע מינעראלן. און אויך וויבאלד דאן איז געווען זייער גאנגבאר דעם געדאנק פון 'קנעכטשאפט', ווי מען האט געקויפט און פארקויפט שווארצע מענטשן, זיי ניצנדיג פאר אלע סארט שווערע ארבעט וואס די ווייסע האבן נישט געהאלטן ביים טון. דאס מסחר מיט די שווארצע האט געברענגט א גרויסע איינקונפט פאר דער וואס האט געהאנדעלט דערמיט, דעריבער האבן די לענדער געזוכט צו האבן אינטער זיך שטחים ווי עס וואוינען די שווארצע סחורה... כדי זיי צו ברענגן צו זיך אין לאנד, וואס דאס אליינס איז געווען זייער נוצבאר, און אויך כדי עס צו פארקויפן פאר אנדערע, וואס דאס האט אריינגעברענגט גרויסע געלטער.

עס איז אנגעקומען צו אזא מצב אז כמעט דאס גאנצע קאנטינענט איז געווען באהערשט דורך די אייראפעישע פרעמדע אריינדרינגער!! אויסער צוויי לענדער, עטיאפיע און ליבעריע, איז די גאנצע אפריקאנער טריקעניש געווען אינטער די הערשאפט פון די ווייסע הערן פון אייראפע. און זיי האבן דארט געטון כל אשר עלה בלבם הרעה. אזוי האבן זיי פאר מערערע יארן אינטערגעדריקט זייערע שווארצע דריטע קלאס בירגער, ווען די אפריקאנע צוריקגעשטאנענע איינוואוינער קענען נאר צוקוקן מיט כעס און פארדרוס אויף די שלעכטע אייראפעיער וואס האבן זיך דא אריינגעריקט און טוען מיט זייער ערד און קינדער וואס עס לוינט זיי.

אין דעם אנהייב פונעם 7טן יארהונדערט האט דער אראבישער כאליפאט זיך פארשפרייט אין עגיפטן און אין צפון אפריקע. דער טייל פון אפריקע וואס איז דרום פונעם סאהארא האט זיך אנטוויקלט אפגעזונדערט פון אנדערע לענדער אין דער וועלט.

אין די 16טן און 17טן יארהונדערטער איז צפון אפריקע געווארן איין פאליטישער וועזן אונטער דער הערשאפט פון דער אטאמאנישער אימפעריע. אין דער זעלבער צייט האבן די אייראפעישע אימפעריעס אנגעהויבן זוכן גליקן אין אפריקע דרום פונעם סאהארא. דאס ערשטע לאנד וואס האט אויפגעשטעלט קאלאניעס אין אפריקע איז געווען פארטוגאל, נאכדעם פראנקרייך, ענגלאנד און האלאנד. שפעטער זענען געקומען די דייטשן, איטאליענער, בעלגער און שפאניער. ביזן סוף פונעם 19טן יארהונדערט, איז דער גאנצער קאנטינענט, אחוץ עטיאפיע און ליבעריע, געווען אין פרעמדע הענט, פון די אטאמאנישע און אייראפעישע אימפעריעס. די פרעמדע רעגירונגען האבן אויסגעניצט די רעסורטן פון אפריקע פאר זייערע צוועקן.

ערשט אין די יארן פון תש"כ ביז תש"מ, האבן די אייראפעאישע לענדער אנגעהויבן אויפצוגעבן זייער קאנטראל אויף די פילע אפריקאנע לענדער, און איינס ביי איינס עס איבערגעגעבן אין די הענט פון די שווארצע באפעלקערונג אז זיי זאלן זיך אליינס פירן זייערע לענדער.

למעשה איז דאן די גאנצע קאנטינענט אריינגעפאלן אין כאאס און בהלה, ווען יעדער שבט און סעקטע וויל דעם בענקל פאר זיך צו רעגירן אויף זייער לאנד, וואס דאס האט אנגעברענגט אן א שיעור קריגערייען און בלוט פארגיסונגען וואס האלטן נאך אן ביזן היינטיגן טאג אין מערערע ערטער.

א דוגמא וואס עס האט זיך אפגעטון דאן אין אפריקע: אין א צירקע פון צוואנציג יאר, איז פארגעקומען אריבער זיבעציג אומאויסגעהאלטענע מאכט אריבערגענג אין דעם איינעם קאנטינענט!

די לעצטע צוויי פוטשן וואס זענען פארגעקומען אין אפריקע, האבן פאסירט נישט לאנג צוריק:

די ערשטע איז געווען אין יאר תשע"ח, אין דאס לאנד 'זימבאבווע', ווען דאס מיליטער האט אנידערגעזעצט פון בענקל דעם אלטן ניינציג יעריגן דיקטאטאר, וואס האט רעגירט אויפן לאנד ביז דאן פאר לאנגע יארן, און אים ערזעצט מיט א צווייטן. ביז דאס קומענדיגע פוטש...

און דאס צווייטע האלט נאך יעצט אינמיטן פארקומען... אין די סודאן. ווי פאר עטליכע וואכן צוריק האט מען אראפגעזעצט פון בענקל דעם לאנג יעריגער דיקטאטור באשור, און יעצט באלאנגט די רעגירונג פאר די מיליטער, און עס איז נישט קלאר צו זיי גייען אמאל אויפגעבן דעם בענקל און געבן די רעכט פאר די איינוואוינער פונעם לאנד צו אליינס אויסוועלן און באשטימען ווער עס זאל זיין זייער פירער. די מיליטער טענה'ט אז זיי דארפן מאכן אביסל סדר און ווארטן ביז מען וועט קענען ברענגן די לאנד צו דעמאקראטיע, און דאן לאזן מאכן וואלן... אבער די סודאנע בירגער האבן נישט צופיל טראסט אין די מיליטער, און האלטן אז עס איז נאר אן אויסרייד, און די מיליטער האט בכלל נישט אין פלאן אפצוטרעטן, נאר אנשטאט באשור ביים רידער, האט מען דארט די מיליטער... דעריבער קומען נאך אלץ פאר העפטיגע הפגנות איבער די גאסן פונעם הויפט שטאט 'כארטום', ווי די ארטיגע בירגער פארלאנגען פונעם מיליטער אפצוטרעטן און פאררופן פרייע וואלן. און דאס אלעס ממש אין די יעצטיגע מינוטן ווען מיר שרייבן דאס.

עכ"פ, עס איז נישט רוהיג דארט אין אפריקע... די קללה פון שם אויף זיין חמ'ן איז נאך אלץ בתוקפו...

רוב פון די שטאטס פארוואלטונג מעטאד אין אפריקע איז רעפובליק, געפירט דורכן פרעזידענט.

אין די סוף 1900ער יארן זענען א סך לענדער אין אפריקע געווען דיקטאטורן מיטן שטיץ פונעם ראטן פארבאנד. פון די אנהייב 1960ער יארן ביזן סוף 1980ער יארן זענען פארגעקומען אין אפריקע מער ווי 70 רעוואלוציעס. א סך פון די פירער פון די לענדער האבן נישט געהאט קיין בילדונג, אויך נישט קיין דערפארונג אין פירן א מדינה.

זייט דעם אנהייב 2000ער יארן האבן עטלעכע לענדער אנגעהויבן צו רעפארמירן זייער מארק מער אויף דער סיסטעם פון קאפיטאליזם. למשל, אין אנגאלא האט געקאנטשעט די בירגער קריג אין 2002 נאך 30 יאר, און היינט אנטוויקלט די עקאנאמיע דארט גאנץ גיך. אטייל איז דאס צוליב די נייע טעכנאלאגיעס ווי דער צעלפאן. דאך זענען ווייניק לענדער דעמאקראטיעס. די מערסטע דעמאקראטישע לענדער זענען דרום אפריקע, קעניע, מאלי, גהאנע און סענעגאל.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אפריקאנער פארבאנד

דער אפריקאנער פארבאנד איז א פעדעראציע מיט 53 מיטגלידער—אלע לענדער אין אפריקע אויסער מאראקא. דער פארבאנד איז געגרינדעט געווארן דעם 9טן יולי 2002, הויפטקווארטירט אין אדיס אבאבא, עטיאפיע.

אפריקע איז דער ארימסטער קאָנטינענט פון דער גארער וועלט. די עקאנאמיע איז באזירט בעיקר אויף לאנדווירטשאפט, און אויך א ביסל אויף אינדוסטריע, מינעריי, פאבריקאציע, אינוועסטירונג, באנקעריי, קאמוניקאציע און אינפארמאציע טעכנאלאגיע.

די ארימסטע לענדער איבער דער וועלט געפינען זיך אין דעם קאנטינענט, אריינגערעכנט די ניינצן ארימסטע לענדער פון ארום די וועלט! און אפילו די לענדער וואס הייסן שוין דארט רייך, איז עס אבער זייער ארים אקעגן די מערב וועלט לענדער, אפילו די מער ארימע פון צווישן זיי. די ארטיגע איינוואוינער לעבן ממש אויפן טאג, און א גרויס טייל מענטשן לעבן נאר אויף די אייגן איינגעפלאנצטע פרוכט און גרינצייג וואס מען באארבעט מיט די אייגענע צוויי הענט, בזעת אפך תאכל לחם כפשוטו, און מיט דעם לעבט מען אויס דעם טאג און חודש און יאר. רוב לענדער ווערן געפירט מיט גרויס קארופציע, און געבן נישט פאר זייערע בירגער די מינדעסט וויכטיגע לעבנס געברויכן, ווי געזונט בענעפיטן און עסן קרעדיט און אזוי ווייטער. די פירערס זענען צומאל רייך און לעבן א פארשווענדערישע לעבן, אבער זייערע בירגער האבן נישט אויף אויסצולעבן דעם טאג.

די לעצטע יארן האבן געזען א גיכע אנטוויקלונג פון דער עקאנאמיע אין דרום אפריקע און אין דעם איינגאס פון גינע.

אונטערן דרוק פון אינטערנאציאנאלע עקאנאמישע ארגאניזאציעס ווי דער אינטערנאציאנאלער געלטפאנד, האבן פילע לענדער אין אפריקע באוויזן צו ענדערן זייער עקאנאמיע, און אצינד ווייזן זיי אויסזען פון פאזיטיוון וואוקס נאך דורות פון נעגאטיוון אדער נישטיקן וואוקס. דאך, האבן פארשיידענע ארגאניזאציעס קריטיקירט די טעטיקייטן פון די אינדוסטריאליזירטע לענדער אין אפריקע, מיט דער טענה אז זיי טוען פאראייביקן די ארימקייט אינעם קאנטינענט דורך שאפן מאסיווע פראצענט־טראגעדיקע חובות, וואס די לענדער קענען נישט אויסהאלטן.

אפריקע איז דער גרעסטער קאנטינענט אין דעם דרום האלבקיילעך פון דער ערד. ביזן 19טן יארהונדערט איז אפריקע געווען באהאפטן צו אזיע אין צפון־מזרח, אבער זייט מ'האט געבויט דעם סועץ קאנאל איז אפריקע נישט באהאפטן צו קיין שום אנדערן קאנטינענט. פון צפון קיין דרום באציט אפריקע 8,000 ק"מ. פון די קאפווערדישע אינזלען אין מערב ביז סאמאליע אין מזרח איז א ווייט פון 7,400 ק"מ. דער בארטן פון אפריקע איז לאנג 26,000 ק"מ.

דאס גרעסטע לאנד אין אפריקע איז אלזשיר, און דאס קלענסטע לאנד איז סיישעל, אן ארכיפעלאג לעבן דעם מזרח בארטן פון אפריקע.

דער קאנטינענט אפריקע האט פארשיידענע קלימאטן, פון טראפיש צו סובארקטיש. אפריקע איז דער ווארעמסטער קאנטינענט אין דער וועלט, און 60% פון זיין שטח איז מדבר.

אפריקע פארלירט אירע וועלדער גאר גיך, מער ווי פיר מיליאן העקטארן א יאר.


פלאנצן און בעלי חיים

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אפריקע האט א סאך מינים פון בעלי חיים, צווישן זיי אנטעלאפ, בופלאקס, זעברע, העלפאנד, לייב, זשיראף, נאזהארן, מאלפעס און היענעס.

מער ווי 2,000 סארטן פון פיש לעבן אין די אזערעס און טייכן פון אפריקע.

די באפעלקערונג פון אפריקע איז געוואקסן פון 221 מיליאן אין 1950 ביז 1 ביליאן אין 2009. אין עטלעכע לענדער זענען מער ווי 50% פון די איינוואוינער יונגער פון 25.

רעדער פון באנטו שפראכן זענען א מערהייט אין דרומדיקער, צענטראלער און דרום־מזרח אפריקע, אויך אין גאבאן און עקוואטארישער גינע.

די אריגינעל פעלקער אין צפון אפריקע זענען געווען די בערבערן אין צפון־מערב, די עגיפטישע אין צפון־מזרח און נילא־סאהארישע אין מזרח.

אייראפעאישע קאלאניזאציע האט געברענגט גרויסע גרופע פון אזיאנער, מערסטנס פונעם אינדישן סוב-קאנטינענט, צו בריטישע קאלאניעס. אין דרום אפריקע געפינען זיך גרויסע אינדישע געמיינדעס, מיט קלענערע אינדישע געמיינדעס אין טאנזאניע און קעניע.

אין אפריקע ווערן גערעדט היינט מער ווי טויזנט שפראכן. אפריקע איז דער מערסטער פילשפראכיק קאנטינענט אין דער וועלט. עכטע אפריקאנישע שפראכן ווערן צעטיילט אויף פיר פאמיליעס:

טויזנטער יאר איז דער גרויסער פיראמיד פון גיזא געווען די העכסטע סטרוקטור אין דער וועלט, ביז 1300 ווען מ'האט געענדיקט בויען לינקאן קאטעדראל. אויך מערקווירדיק איז די חרובע שטעט גרויסע זימבאבווע.

די מוזיק פון אפריקע איז גאנץ פארשפרייט, יעדער ראיאן האט זיין מוזיקאלישע טראדיציע. די מוזיק פון צפון אפריקע האט גאר אן אנדער היסטאריע ווי די מוזיק פון אפריקע דרום פון דעם סאהארא.

דריי און פופציק אפריקאנישע לענדער האבן פוטבאל גרופעס. עגיפטן האט די בעסטע פוטבאל גרופע אין אפריקע; זיי האבן געווינען די אפריקע מייסטערשאפט זיבן מאל.

קריקעט איז שטארק פאפולער אין דרום אפריקע און זימבאבווע, און אויך אין קעניע. אויך אין נאמיביע און מאראקא שפילט מען קריקעט.

פארשפרייטונג פון רעליגיעס אין אפריקע

די הויפט רעליגיעס אין אפריקע זענען קריסטנטום (45%), איסלאם (40%) און טראדיציאנעלע אפריקאנישע רעליגיעס (10%). דער עלטסטער מעטשעט אין אפריקע איז דער גרויסער מעטשעט פון קיירואן, געגרינדעט אין 670.

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – ליסטע פון לענדער אין אפריקע
נאמען פון לאנד שטח הויפטשטאט
אוגאַנדע 236,040 קאמפאלא
אַלזשיר 2,381,740 אלזשירס
אנגאלא 1,246,700 לואנדע
בארטן פון העלפאנדביין 322,460 יאמוסאקרא
באצוואַנע 600,370 גאבאראנע
בורונדי 27,830 בודזשומבורע
בורקינע פֿאַסאָ 274,200 וואגאדוגו
בענין 112,620 פארטא-נאווא
גאבאן 267,667 ליברעוויל
די גאמביע 11,300 באנזשול
גהאנע 239,460 אקרא
גינע 245,857 קאנאקרי
גינע-ביסאו 36,120 ביסאו
דזשיבוטי 23,000 דזשיבוטי
דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא 2,345,410 קינשאזע
דרום אפריקע 1,219,912 פרעטאריע
דרום סודאן 619,745 דזשובא
זאמביע 752,614 לוסאקא
זימבאבווע 390,580 הארארע
טאגא 56,785 לאמע
טאנזאניע 945,087 דאדאמא
טוניסיע 163,610 טוניס
טשאד 1,284,000 נ'דזשאמענא
ליביע 1,759,450 טריפאלי
ליבעריע 111,370 מאנראוויע
  לעסאטא 30,355 מאסערו
מאדאגאסקאר 587,040 אנטאנאנאריווא
מאזאמביק 801,590 מאפוטא
מאלאווי 118,480 לילאנגווע
מאלי 1,240,000 באמאקא
מאראקא 446,550 ראַבאַט
מאריטאניע 1,030,700 נואקשוט
  מאריציוס 2,040 פאר לואי
  נאמיביע 825,418 ווינדהוק
ניגעריע 923,768 אבודזשא
ניזשער 1,267,00 ניאמיי
  סאא טאמע און פרינסיפע 1,001 סאא טאמע
סאָמאַליע 637,657 מאגאדישו
סוואזילאנד 17,363 מבאבאנע
סיישעל 455 וויקטאריע
סיערע לעאנע 71,740 פריטאון
סודאן 1,861,484 כארטום
סענעגאל 196,190 דאקאר
עגיפטן 1,001,450 קיירא
עטיאפיע 1,127,127 אדיס אבאבא
עקוואטארישע גינע 28,051 מאלאבא
עריטרעע 121,320 אסמארא
  צענטראל-אפריקאנישע רעפובליק 622,984 באנגי
  קאמאראס 2,170 מאראני
קאמערון 475,440 יאונדע
קאפווערדישע אינזלען 4,033 פראיא
קעניע 582,650 נייראבי
רוואנדע 26,338 קיגאלי
רעפובליק פון קאנגא 342,000 בראזאוויל

די עיקר באזוכטע לענדער דורך אויסלענדישע טוריסטן זענען בעיקר

  • קעניא, ווי מען קומט פאר די חיות, און דארט וואוינען טאקע די מערסטע לייבן איבער די וועלט.
  • אוגאנדא, אויך פאר חיות און פאר די ארטיגע רעגן וועלדער.
  • זאמביע און זימבאבווע, ווי ביי די גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, געפינט זיך איינס פון די שענסטע וואסער פאלן איבער די וועלט, די וויקטאריע וואסער פאל, צו ווי מען שטראמט פון איבעראל.
  • און פארשטייט זיך מצרים, צו זען די מעכטיגע פיראמידן, און נאך אסאך אנדערע אנטיק זאכן וואס געפונען זיך בעיקר אין די גרויסע קאירא מוזעאום. און קיין מאראקא, צוליב די קולטור און אלטע שטעט און נאך.

אויך עטיאפיע איז א גרויסע צוציאנגס ארט פאר טוריסטן, צוליב די פילע אלטע היסטארישע קירכעס און רעליגיעזע געביידעס, ווי אויך פאר די הערליכע פאנאראמישע בערג וואס זי פארמאגט און נאך.


קאנטינענטן פון דער וועלט 

אזיע

אפריקע

אייראפע

צפון אמעריקע

דרום אמעריקע

אויסטראליע

אנטארקטיקע