לדלג לתוכן

זשיראף

פֿון װיקיפּעדיע
א זשיראף שטייענדיג.

דער זשיראַף (Giraffa) ווערט פארעכענט ווי דער העכסטער בעל חי אויפן לאנד. ער שטייט געוויינליך פון זיבעצען ביז ניינצען פוס הויך, טייל מאל אפילו ביז צוואנציג פוס אין די הייך איר קאפ.

די נקיבות זענען אביסל קירצער. א מענטש קען זיך אריינשטעלן צווישן זיינע פוס. ווען ער ווערט געבוירן קען די באבעלע שוין שטיין נאך א האלבער שעה, און נאך צוויי שעה פון געבורט קען ער שוין שפאצירן.

דער זשיראף איז א מעלה גרה. זיין הויט איז קאלירט ווי אין קאמפלאדזש אז מען זאל אים נישט באמערקען פון דער ווייטענס זינט ער שטייט ארויס מיט איר הויכקייט פאר לייבן זאלן אים נישט באמערקן און פארצוקן.

קיין איין דעזיין פון די הויט פון זשיראף איז נישט גענוי די זעלבע ווי אן אנדערע זשיראף.

ער קען שטויסן אייניג מיט אירע פוס פון אלע פיר זייטן, דאס הייסט אירע זשוינטס זענען אנדערשט אויסגעשטעלט ווי ביים מענטש וואס האט בלויז די עיקר כוח צו שטויסן אויף פארויס.

ווען ער טרינקט קומט אן די קאפ ביז 7 פוס אונטערן הארץ און ווען ער שטייט אויסגעשטרעקט קומט דאס אן אסאך העכער ווי דעם הארץ, אבער זיי האבן אריינגעבויט א סעפצעלן ווענטיל צו האלטן די בלוט דרוק פונקט וויפל עס ברויך זיך אין קאפ.

אין 1414, האט מען אריבערגעפירט א זשיראף פון מאלינדי קיין בענגאל. נאכהער האט דער אויספארשער זשענג הע גענומען אים אין כינע וואו מען האט אים געלייגט אין א זאא פון דער מינג דינאסטיע. די כינעזער האבן זיך שטארק אינטרעסירט אין דער מאדנער חיה. אין 1486 האט מען געגעבן לארענזא דע מעדיטשי א זשיראף, דער ערשטער לעבעדיקער זשיראף אין איטאליע זייט די אוראלטע צייטן.