מינג דינאסטיע

פֿון װיקיפּעדיע

די מינג דינאסטיע (כינעזיש: 明朝 מינג טשאַו) איז געווען א דינאסטיע פון קיסרים וואס האט געהערשט איבער כינע פון 1368 ביז 1644. אין יענע צייטן האט דאס לאנד געהייסן די אימפעריע פון דעם גרויסן מינג (大明國 דע מינג גואוו). די מינג דינאסטיע איז געווען די לעצטע דינאסטיע פון עטנישע האן כינעזער. די מינג דינאַסטיע האט איבערגענומען די הערשאפט פון דער יואן דינאסטיע. נאך דער מינג דינאסטיע האט געהערשט די טשינג דינאסטיע פון מאנטשוריע. אין דרום האט די דינאסטיע געהערשט איבער די שטחים וואס זענען היינט וויעטנאם און בורמע.

אונטערן מינג האט מען אויפגעשטעלט אן ארמיי פון א מיליאן זעלנער, און א פלאט מיט הונדערטער שיפן, וואס איז געווען אין יענער צייט דער גרעסטער פלאט אין דער וועלט. די רעליגיע פון דער אימפעריע איז געווארן ווידעראמאל קאנפוציאניזם.

אין 1525 האט די מינג דינאסטיע געאסר'ט שיפן ארויספארן אין ים פון דעם פארט שאנכיי.

ביים אנהייב פון דער מינג דינאסטיע האבן געוואוינט אין כינע ווינציקער ווי 60 מיליאן מענטשן; ביזן 17טן יארהונדערט האבן שוין געוואוינט דארט מער ווי 130 מיליאן מענטשן.