לדלג לתוכן

אויסטראליע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון אוסטראליע)
קאמאנוועלט פון אויסטראליע
פאן אויסטראליע
פאן אויסטראליע
סימבאָל אויסטראליע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
אָרט פֿון אויסטראליע
אָרט פֿון אויסטראליע
קאָנטינענט אויסטראליע
אָפֿיציעלע שפּראַך
הויפּטשטאָט קאנבערא 35°18′S 149°08′E / 35.300°S 149.133°E / -35.300; 149.133
רעגירונג פעדעראלע דעמאקראטיע
מאנארך
פּרעמיער מיניסטער
עליזאבעט די צווייטע
סקאט מאריסאן
גרינדונג דאַטום
1טן יאנואר 1901
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
7,617,930 קוואַדראַט ק"מ
6טער
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט



מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע (18ט)
וואַלוטע
צײַט זאָנע
אינטערנעט דאָמען au.
טעלעפֿאָן קאָד 61+

אויסטראַליע איז אַ לאַנד אין דעם דרום האלבקוגל וואָס נעמט ארײַן די יבשה (פֿונעם קלענסטן קאָנטינענט), דעם אינדזל טאַזמאַניע, און נאָך אַ סך אינדזלען אין די אינדישע און פּאציפֿישע אָקעאַנען. איר הױפּטשטאָט איז קאַנבערע. די ארומיגע לענדער זענען אינדאנעזיע, מזרח טימאר און פאפוא ניי גינע צו צפון, די סאלאמאן אינזלען און וואנואטו צו צפון־מזרח און ניו זילאנד צו דרום־מזרח.

דער אײראָפעיִשער ייִשובֿ אין אויסטראַליע האָט זיך אָנגעהויבן ערשט אין דעם 18טן יאָרהונדערט.

זייט 1טן יאנואר 1901, איז אויסטראליע א פעדעראציע מיט זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. איר באפעלקערונג איז 22 מיליאן. מיט א שטח פון 7.6 מיליאן קוואדראט ק"מ, איז אויסטראליע דאס זעקסטע גרעסטע לאנד אין דער וועלט.

די היינטיגע באפעלקערונג אין אויסטראליע שליסט איין מערסטנס ווייסע מענטשן פון א בריטישער אפשטאמונג. די אריגינעלע איינוואוינער פון אויסטראליע און זייערע אפשטאמלינגען זענען טונקל, גערופן אבאריגינערן, וואס זענען היינט 2% פון דער באפעלקערונג. אויך האט אויסטראליע א מינדערהייט פון מער ווי 100,000 יידן וואס וואוינערן מערסטנס אין מעלבארן און סידני.

אויסטראליע איז א מיטגליד אין די פאראייניגטע פעלקער, גרופע פון 20, קאמאנוועלט, ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג, אנזוס, וועלט האנדל ארגאניזאציע, אזיע-פאציפיק עקאנאמישע קאאפעראציע און דעם פאציפישן אינזלען פארום.

דער נאמען אויסטראליע קומט פון לאטיין Australis, אויסטראליס וואס איז טייטש דרום.

די ערשטע איינוואוינער פון אויסטראליע זענען געווען די אבאריגענער. דער ערשטער ענגלענדער וואס איז אנגעקומען אין אויסטראליע איז געווען וויליאם דאמפיער אין 1688. אין יאר 1770 איז אנגעקומען אין אויסטראליע דער אויספארשער דזשיימס קוק, וואס האט געמאנט צוויי דריטל פונעם לאנד. אזוי ווי ער האט באריכטעט אז קיינער וואוינט נישט אין אויסטראליע, האט מען אוועקגעשטעלט דאס לאנד פאר ארעסטאנטן.

דעם 8טן פעברואר 1788 איז נייער דרום וויילס געווארן א בריטישער קאלאניע. פון דער ערשטער זידלונג איז געווארן די שטאט סידני. די קאלאניע דרום אויסטראליע איז געגרינדעט געווארן אין 1836 ווי א "פרייע קאלאניע, ד"ה נישט פאר ארעסטאנטן.

אין די 1850ער יארן האט אנגעהויבן אין אויסטראליע א גאלד געיעג.

דעם 1טן יאנואר 1900 האט מען פאראייניגט די קאלאניעס פון אויסטראליע אין א פעדעראציע, די "קאמאנוועלט פון אויסטראליע", וואס איז געווארן א "דאמיניאן" פון דער בריטישער אימפעריע.

אויסטראליע האט באטייליגט אין ביידע וועלט מלחמות אונטערן בריטישן קרוין.

אין 1999 האט מען געהאלטן א רעפערענדום וואו 55% פון אלע וויילער האבן אפגעווארפן א פארשלאג לויט וואס אויסטראליע זאל ווערן א רעפובליק.

די צווי גרעסטע שטעט, סידני און מעלבארן, האבן ביידע געהאלטן אז זיי דארפן ווערן אויסגערופן ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע. נאך אן אויסגעצויגענעם געראנגעל האט די אלגעמיינע זאמלונג פון אויסטראליע באשלאסן דעם 2טן פעברואר 1899 א פשרה צו בויען א נייע שטאט קאנבערא ווי די הויפטשטאט.

אין 1911 האט מען צעטיילט די אויסטראלישע הויפטשטאט טעריטאריע פון ניי דרום וויילס, און מען האט אויסגערופן די שטאט קאנבערא געבויט אין דער טעריטאריע ווי די הויפטשטאט פון אויסטראליע.

אויסטראליע איז א קאנסטיטוציאנעלע מאנארכיע מיט א פעדעראלער סיסטעם.

אויסטראליע איז צוזאמענגעשטעלט פון זעקס שטאטן און צוויי טעריטאריעס. די זעקס שטאטן זענען:

די צוויי טעריטאריעס זענען:

יעדער שטאַט און טעריטאריע האט זיין אייגענעם פארלאמענט וואס מאכט געזעצן. יעדער שטאַט ווערט געפירט דורך א פרעמיער און יעדע טעריטאריע דורך א הויפט מיניסטער. דער אויסטראלישער פארלאמענט זיצט אין קאנבערע, און מאכט געזעצן פארן גאנצן קאמאנוועלט פון אויסטראליע.

דער הויפט פון דער פעדעראלער רעגירונג איז דער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע. דער היינטיגער פרעמיער מיניסטער איז סקאט מאריסאן פון דער אויסטראלישער ליבעראלער פארטיי, וואס האט איבערגענומען די פירערשאפט פון זיין פארטיי אין 2018 פון מאלקאלם טערנבול , וואס האט אנגעהויבן זיין קאדענץ דעם 15טן סעפטעמבער 2015.

אויסטראליע האט א ראש מלוכה, די מלכה פון אויסטראליע (וואס איז אויך די מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך). זי ווערט רעפרעזענטירט אין דער קאמאנוועלט פון אויסטראליע דורכן גובערנאטאר־גענעראל, היינט קווענטין ברייס, און אין די שטאטן דורך א גובערנאטאר.

אין 1901 האט מען אויפגענומען א פאן פאר דער פעדעראציע פון אויסטראליע באזונדער פון די פענער פון די זעקס שטאטן. דער פעדעראלער פאן סימבאליזירט דעם דרום שטערן און די מאפע פון די שטערן וואס מען קען זען אינעם דרום האלבקיילעך, מיטן ציל פאן אויסדרוקן אז אויסטראליע איז דער איינציקער קאנטינענט וואס געפינט זיך אינגאנצן דרום פונעם עקוואטאר. אויך זעט מען אויפן פאן דעם יוניאן פאן וואס ווייזט דאס שייכות פון אויסטראליע צום בריטישן קרוין.

אין 1999 האט מען געהאלטן א רעפערענדום צי אויסטראליע זאל ווערן א רעפובליק; מען האט באשלאסן אז אויסטראליע בלייבט א מאנארכיע מיטן בריטישן מאנארך אלס ראש מלוכה.

אויסטראליע איז דער וועלט'ס פערט־גרעסטער עקספארטירער פון וויין. דער באראסע טאל איז א הויפט וויין געגנט אין דרום אויסטראליע.
זעט דעם הויפּט אַרטיקל – עקאנאמיע פון אויסטראליע

אויסטראליע איז א רייך לאנד וואס גענערירט איר איינקומפט פון פארשידענע מקורות איינשליסנדיג מינעריי עקספארט, טעלעקאמוניקאציע, באנקירן און פאבריקאציע. זי האט א פריי מארק עקאנאמיע מיט ווייניג ארעמקייט.

די וואלוטע פון אויסטראליע און נארפאלק אינדזל איז דער אויסטראלישער דאלאר, וואס דינט אויך ווי די וואלוטע פון די אומאפהענגיקע פאציפישע אינדזל-לענדער קיריבאטי, נאורו און טואוואלו. די אויסטראלישע בערזע איז די 9טע גרעסטע אין דער וועלט. אויסטראליע האט די 12טע גרעסטע עקאנאמיע אין דער וועלט.

אין 2010 איז די אויסטראלישע רעגירונג געווען שולדיג א חוב פון $190 ביליאן, 20% פונעם ברוטא אינלענדישן פראדוקט.

די לעצטע 15 יאר האט אויסטראליע געוואקסן מיט א דורכשניט יערלעכער ראטע פון 3.6%, קעגן דער ארגאניזאציע פאר עקאנאמישע קאאפעראציע און אנטוויקלונג דורכשניט יערלעכער ראטע פון 2.5%.

אין מיי 2012 האבן 11,537.900 מענטשן געהאט ארבעט, מיט אן ארבעטסלאז ראטע פון 5.1%.

אויסטראליע איז דער וועלט'ס פערט־גרעסטער עקספארטירער פון וויין; די וויין אינדוסטריע ברענגט אריין $5.5 ביליאן צום לאנד'ס עקאנאמיע.

אויסטראליע באדעקט א שטח פון 7,617,930 קוואדראט קילאמעטער. זי איז ארומגענומען מיט די אינדישן און פאציצפישן אקעאנען, און איז צעשייד פון אזיע אריבער די אראפורא און טימאר ימען; דער קאראל-ים ליגט ביים בארטן פון קווינסלאנד און דער טאסמאן-ים ליגט צווישן אויסטראליע און ניי זילאנד. אויסטראליע איז דאס זעקסט גרעסטע לאנד אין דער וועלט לויט שטח, און האט 34,218 קילאמעטער פון בארטן. אויסטראליע ליגט צווישן די גארטל ליניעס 9º און 44º דרום און צווישן די מערידיאנען 112º און 154º מזרח.

לענגאויס דעם מזרח בארטן פון אויסטראליע—לענגער ווי 2,000 ק"מ—געפינט זיך דער גרויסער באריער ריף, וואס איז דער גרעסטער המשך פון קאראל ריפן אין דער וועלט, און דער גרעסטער סטרוקטור אין דער וועלט צאמגעשטעלט פון לעבעדיקע ארגאניזמען. דער העכסטער בארג אויף דער יבשה פון אויסטראליע איז קאשיושקא בארג, הויך 2,228 מעטער.

אזוי ווי אויסטראליע איז זייער גרויס האט זי פארשידענע לאנדשאפטן, מיט טראפישע רעגנוועלדער אין דעם צפון־מזרח. בארג קייטן אין דרום־מזרח, דרום־מערב און מזרח, און א טרוקענער מדבר אין דעם צענטער פון לאנד. דער קאנטינענט איז גאר טרוקן, און דער דורכשניט יערלעכער רעגן איז ווינציגער פון 500 מ"מ. די באפעלקערונג ענגקייט איז פון די נידריגסטע אין דער וועלט, מיט 2.8 באוואוינער א קוואדראט ק"מ.

דער קלימאט פון אויסטראליע איז שטארק באאיינפלוסט פון אקעאן־שטראמען.

דער מערסט פארשפרייט בוים אין די אויסטראלישע וועלדער איז דער אייקאליפט. די באקאנטע אויסטראלישע בעלי חיים זענען די פלאטיפוס, קענגורו, קאאלא און וואמבאט. גאר א סך סגאלן פון אויסטראלישע לעבן מער נישט, זייט די אייראפעער זענען אנגעקומען.

ווערנט צוויי יארהונדערטער זענען די מערהייט פון באזעצער געקומען פון די בריטישע אינזלען, און היינט זענען די אויסטראליער בעיקר פון בריטישע און אירישע אפשטאמונג. עס ווערט געשאצט אז 12% פון אויסטראליער שטאמען פון אזיע.

זייט דעם סוף פון דער צווייטער וועלט-מלחמה האט די באפעלקערונג פון אויסטראליע פארמערט פיר מאל. דאך איז די באפעלקערונג ענגקייט פון די ווייניגסטע אין דער וועלט, און די הייזער זענען דורכשניטלעך צוויי מאל אזוי גרויס ווי אין מערב אייראפע.

די אימיגראציע קיין אויסטראליע איז גאנץ הויך—צוויי אויסטראליער פון יעדן זיבן זענען געבוירן געווארן אין א פרעמד לאנד.

אויסטראליע האט נישט קיין אפיציעלע שפראך, אבער פראקטיש איז ענגליש די נאציאנאלע שפראך. אויסטראלישע ענגליש איז א ביסל אנדערש ווי אנדערע דיאלעקטן פון ענגליש, סיי אין גראמאטיק סיי אין אויסלייג. לויטן צענזוס פון 2011, אין בערך 80% פון שטיבער איז ענגליש די איינציקסטע שפראך וואס מ'רעדט.

יידישקייט אין אויסטראליע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידן זענען געקומען קיין אויסטראליע שוין אינעם 18טן יארהונדערט, ווען מען האט אויפגעשטעלט די ארעסטאנטן זידלונג אין 1788. אין 1844 האט מען געגרינדעט די ערשטע שול, אין סידני, אבער די קהילה איז געבליבן קליין ביז די כוואליעס פון אייראפעאישע יידישע אימיגראנטן צווישן די צוויי וועלט מלחמות און נאך 1945.

די יידן אין אויסטראליע זענען קאנצענטרירט מערסטנס אין די שטעט סידני און מעלבארן, וואס יעדע האט אומגעפער 45,000 יידן. דערצו וואוינען עטלעכע 7,000 יידן אין פערט און נאך 1,000 אין בריסביין, ניוקאסל און אדעלייד. די מעלבארנער קהילה איז צאמגעשטעלט מערסטנס פון פוילישע חורבן איבערלעבער, און די סידני קהילה נעמט איין יידן פון ענגלאנד, אונגארן און לעצטנס פון דרום אפריקע. די פערט קהילה האט געוואקסן א סך זייט דער ענדע פון אפארטהייד אין דרום אפריקע ווען א סך יידן האבן אימיגרירט אין מערב אויסטראליע. גאנץ א הויכער פראצענט פון יידישע קינדער באקומען א יידישן חינוך, אומגעפער 60%.

יידן זענען 0.5% פון דער באפעלקערונג פון אויסטראליע.