סאלאמאן אינזלען
סאלאמאן אינדזלען Solomon Islands | |||||
| |||||
נאציאנאלע זינגליד: | |||||
קאנטינענט | |||||
אפיציעלע שפראך | ענגליש | ||||
הויפטשטאט | האניארע 9°28′S 159°49′E / 9.467°S 159.817°E
| ||||
רעגירונג | פארלאמענטארע דעמאקראטיע | ||||
מאנארך פרעמיער מיניסטער |
עליזאבעט די צווייטע מנשה סאגאווארע | ||||
אומאפהענגיקייט - פונעם פאראייניגטן קעניגרייך |
7טן יולי 1978 | ||||
פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
28,400 קוואדראט ק"מ 142סטער 3.2 | ||||
באפעלקערונג - צאל - וועלט גראדונג - ענגקייט |
523,000 2009 18.1 מענטשן פאר אַ ק"מ | ||||
פראדוקט ווערדע | $1.514 ביליאן (193סט) | ||||
וואלוטע | SBD סאלאמאן אינדזלען דאלאר | ||||
צייט זאנע | +11 | ||||
אינטערנעט דאמען | sb. | ||||
טעלעפאן קאד | 677+ |
די סאלאמאן אינדזלען (ענגליש: "Solomon Islands") איז א סואווערענער שטאט אין אקעאניע וואס באשטייט פון בערך 990 אינדזלען, מזרח פון פאפוע ניי גינע און צפון־מערב פון וואנואטו.
דאס לאנד באדעקט א שטח פון יבשה גרויס 28,400 קוואדראט ק"מ. די הויפטשטאט פונעם ארכיפעלאג איז האניארע.
היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
די אינדזלען זענען שוין באזעצט פאר טויזנטער יארן. אין 1568 איז א שפאנישער אויספארשער געווען דער ערשטער אייראפעער צו באזוכן דארט און ער האט דאס א נאמען געגעבן שלמה'ס אינדזלען. אין 1893 האט די פאראייניגטע קעניגרייך געהערשט דארט.
דורכאויס דעם צווייטן וועלט קריג האבן זיך די פאראייניגטע שטאטן און יאפאן געקריגט דערויף. אין 1976 האט זיך דארט געגרינדעט אן אייגענע רעגירונג און צוויי יאר שפעטער האבן זיי באקומען פולע זעלבסטשטענדיגקייט.
דעמאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
אין 2006 איז די באפעלקערונג דארט געווען ביי 552,438.
ענגליש איז די אפיציעלע שפראך, אבער בלויז ארום צוויי פראצענט פון דער באפעלקערונג קען דאס רעדן פליסיג.
שפראכן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
74 שפראכן זענען נאטירט געווארן צו ווערן גערעדט אין די אינדזלען, פון וואס כאטש פיער זענען שוין גענצליך אונטערגעגאנגען.
מעדיע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]
זינט די טעלעוויזיע סיגנאלן דערגרייכן נישט איבעראל, איז די הויפט נייעס און אינפארמאציע מיטל דורך ראדיא. עס איז אויך פארהאן דארט איין טעגליכע צייטונג און א אנליין צייטונג סאלאמאן טיימס. אויסער דעם עקזיסטירן צוויי טעגליכע און צוויי מאנאטליכע צייטונגען.