מאלקאלם טערנבול
געבורט |
24 אקטאבער 1954 (אלט 69) סידני, אויסטראליע |
---|---|
מדינה | אויסטראליע |
אונטערשריפט | |
www | |
|
מאלקאלם בליי טערנבול (ענגליש: Malcolm Bligh Turnbull; געבוירן דעם 24סטן אקטאבער 1954) איז געווען דער 29סטער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע און פירער פון דער אויסטראלישער ליבעראלער פארטיי.
לעבנסגעשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]טערנבול איז געבוירן געווארן אין סידני וואו ער האט אויפגעוואקסן. ביי די 9 יאר האבן זיינע עלטערן זיך צעשיידט. זיין מוטער האט פארלאזט אויסטראליע און ער האט אויפגעוואקסן מיט זיין פאטער.
אין 1973 האט ער אנגעהויבן שטודירן פאליטיק און געזעץ אין סידני אוניווערסיטעט. אין 1978 איז ער באלוינט געווארן מיט א ראדס סטיפענדיע און ער האט שטודירט ציווילן געזעץ איןאקספארד אוניווערסיטעט.
אין 1987 איז ער געווארן א שותף אין גאלדמאן זאקס.
פאליטישע קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]מאלקאלם טערנבול איז געוויילט געווארן צום אויסטראלישן פארלאמענט צום ערשטן מאל אין 2004. אין 2006 האט דער פרעמיער מיניסטער דזשאן האווארד אים באשטימט וויצע־מיניסטער פאר וואסער רעסורסן, און אין 2007 האט מען אים באשטימט מיניסטער פון דער סביבה. דעם 14טן סעפטעמבער האט טערנבול געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון דער רעגירונג פון טאני אבאט כדי צו קאנקורירן מיט אים וועגן דער פירערשאפט פון דער ליבעראלער פארטיי. אין דעם פארמעסט האט ער באקומען 54 שטימען קעגן 44 פאר אבאט. דעם 15טן סעפטעמבער איז ער איינגעשוואוירן געווארן דער 29סטער פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע.[1] אום 24סטן אויגוסט 2018 איז ער געווארן אויס פרעמיער מיניסטער ווען די ליבעראלע פארטיי האט געוויילט א נייעם פירער.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פֿריערדיגער: טאני אבאט |
פרעמיער מיניסטער פון אויסטראליע 2015-2018 |
נאָכפֿאלגער: סקאט מאריסאן |
פרעמיער מיניסטארן פון אויסטראליע | |||
---|---|---|---|
|