דוד המלך
געבורט |
1039 לפנה״ס בית לחם, פאלעסטינע |
---|---|
טויט |
969 לפנה״ס (אלט 70 בערך) ירושלים, מלכות יהודה |
קבורה ארט | עיר דוד |
בן/בת זוג | אבישג פון שונם |
דוד המלך (אדער דוד בן ישי) איז געווען דער צווייטער יידישער קעניג ביי די צייטן פון בית ראשון צווישן די יארן ב'תשנ"ו - ב'תשצ"ה, ער איז געווען דער טאטע פון שלמה המלך.
אין יאר ב'תשנ"ו איז דוד המלך געווארן קעניג אויף שבט יהודה אין פארלויף פון 7 יאר, נאכער האט ער געקעניגט אויך אויף די עשרת השבטים אין חברון און באשטימט שטאט ירושלים אלץ די הויפטשטאט פון ישראל'ס קעניגרייך און האט אריבער געפירט דער ארון הברית אין ירושלים.
דוד המלך האט געפירט פילע מלחמות און האט איינגענומען ארם, מואב, עמון, אדום און פלשת. וואס דערפאר האט אים גאט באפוילן נישט צו בויען דער בית המקדש, נאר זיין זון שלמה המלך וועט בויען דער בית המקדש. און דערפאר האט מען געמעגט אין דוד המלך צייטן דינען גאט אין צעשפרייטע מזבחות. ”וַיְהִי עָלַי דְּבַר-יְהוָה, לֵאמֹר, דָּם לָרֹב שָׁפַכְתָּ, וּמִלְחָמוֹת גְּדֹלוֹת עָשִׂיתָ: לֹא-תִבְנֶה בַיִת, לִשְׁמִי--כִּי דָּמִים רַבִּים, שָׁפַכְתָּ אַרְצָה לְפָנָי. הִנֵּה-בֵן נוֹלָד לָךְ, הוּא יִהְיֶה אִישׁ מְנוּחָה, וַהֲנִיחוֹתִי לוֹ מִכָּל-אוֹיְבָיו, מִסָּבִיב: כִּי שְׁלֹמֹה יִהְיֶה שְׁמוֹ, וְשָׁלוֹם וָשֶׁקֶט אֶתֵּן עַל-יִשְׂרָאֵל בְּיָמָיו” (ספר דברי הימים א' (פרק כ"ב))
לויט ווי עס שטייט אין מגילת רות שטאמט דוד פון א גיורת רות המואביה, אן אייניקל פון עגלון מלך פון מואב.
איידער האט דוד געהייראט בת שבע, איז זי געווען די ווייב פון אוריה החתי.
זיין פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זיינע פרויען: שוועסטער יהונתן מיכל בת שאול המלך, אבישג השונמית, אחינועם, מעכה, חגית, אביטל, עגלה, בת שבע, אביגיל.
- מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך איז צוערשט געווען ווייב פון דוד המלך. שפעטער האט אביגיל, די פרוי פון נבל וועלכע איז געשטארבן, חתונה געהאט צו דוד המלך. אין די עלטערע יארן האט האט מען אים צוגעשטעלט אבישג השונמית.