מיכל

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיכל איז געווען די טאכטער פון שאול המלך. זי ווערט דערמאנט אין תנ״ך אין ספר שמואל.

ביי דער מלחמה מיטן פלישתי גלית, האט שאול צוגעזאגט, ווער עס וועט אים באזיגן, וועט באקומען מיין טאכטער פאר א פרוי.

קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט אנצוהייבן מיט אזא מעכטיגן גיבור חיל ואיש מלחמה ווי גלית נאר דער קליין געוויקסיגער דוד'ל, וועמען זיין פאטער ישי האט געשיקט צו זיינע ברידער.

ווען דוד איז אנגעקומען אהין אויפן פראנט, און געהערט ווי דער גלית לעסטערט גאט, האט ער באשלאסן אז ער וועט פירן מלחמה, און וועט אים אומברענגען.

נאכדעם וואס דוד האט געווארפן דאס שטיינדל וואס האט אומגעברענגט גלית'ן, האט אים שאול געשטעלט אויפן מיליטער און ער שטארק מצליח געווען. האבן אלע מיידלעך געזונגען פאר דוד'ן, און דאס האט אויסגערופן דעם צארן פון שאול.דעמאלט האט זיך אנגעהויבן דער ביטערער שטרייט צווישן דוד און שאול המלך.

שאול האט פארשפראכן דוד'ן מקיים צו זיין זיין הבטחה און אים געבן זיין עלטערער טאכטער מירב, למעשה האט ער איר געגעבן צו עדריאל המחולתי פאר א ווייב.

מיכל, די יונגערע טאכטער, האט ליב באקומען דוד'ן. דאס האט געפאָלן שאול'ן, ער האט מסכים געווען איר צו געבן דוד'ן, בתנאי אז ער וועט ברענגען אלס נדן הונדערט ערלות פון פלישתים. דוד מיט זיינע מענטשן האבן גע'הרג'ט צוויי הונדערט פלישתים און געברענגט זייערע ערלות. דערנאך האט דוד טאקע חתונה געהאט מיט מיכל.

מיכל איז געווען טריי צו דוד, ווען מען האט באלאגערט זייער הויז כדי צו טויטן דוד, האט זי אים ארויסגעלאזט דורכן פענסטער.

שפעטער אז שאול'ס שטרייט מיט דוד האט זיך פארשארפערט, האט מען צוגענומען מיכל און איר אוועקגעגעבן פאר פלטי בן ליש. ערשט נאך שאול'ס טויט, ווען דוד האט שוין געקעניגט, האט ער איר צוריקגענומען..