אוריה החתי
מראה
![]() | |
בן/בת זוג |
בת שבע ![]() |
---|---|
![]() ![]() |

אוריה החתי איז געווען איינער פון די זיבן און דרייציג גיבורים פון דוד[1].
לויטן מדרש איז אוריה געווען דער קנעכט פון גלית דער פלישתי. נאכדעם ווען דוד האט געזיגט גלית בדרך נס האט ער זיך מגייר געווען און האט געהייראט א יידישע פרוי בת שבע. אוריה החתי האט געגעבן זיין לעבן אין די מלחמות פונעם יידישן פאלק און האט געוואוינט שטענדיג אויפן קאמף פעלד, דערפאר האט ער געגעבן בת שבע א גט. לויטן רמב"ם האט אוריה געהאט דעם סטאטוס פון א "גר תושב" וואס דארף נישט היטן מצוות ווי א ייד, און האט נישט געדארפט געבן א גט ווייל זיין חתונה מיט בת שבע האט נישט געהאט קיין דין קידושין.
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ שמואל ב' כ"ג