פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2007 פֿעברואַר 28
מראה
- פינאנציעלער וועלט שאקעלט זיך ווען שאנכיי סטאק מארקעט אין כינע פאלט. אנמאכענדיג זארג אז גלאבאלער עקאנאמיע ווערט שוואכער דערמיט שאפענדיג א גאלאפ פון פארקויפן סטאקס אויף וואל סטריט אלס פחד פון ווערדלאזע שעירס. דאו זשאונס פארמאכט זיך נעכטן מיט טראסק פון 416 פוינטס. די S&P טראסקעט מיט 50 פוינטס אדער 3.3 פערצענט. נעסדעק 96 פוינטס. נידעריגסטער איין-טאג טראסק זינט סעפטעמבער 2002. (ניו יארק טיימס)
- האג אינטערנאציאנאלער בית דין טרעפט אומשולדיג סערביע אין מאסן מארד אין באסניע אבער זיי ווערן באשולדיגט און דאס נישט צוריקהאלטן. (וויינעט)
- צענדליגע טויזענטע באטייליגען זיך אין גורע חתונה, צום ערשטען אייניקל פון רבי יעקב אלטר. נייע תקנות איינגעפירט צו איינצוימען קאסטען פון חתונה ביי חסידים, און דעם רביןס חתונה אלס עקזעמפל; בלויז אפאר הונדערט חשובע מענטש עסן סעודה, די איבעריגע חסידים זענען בלויז געווען ביים חופה. (הארץ)
- הויפט פון סנהדרין אונטער ארעסט פארן פסק אז זשאנדאר וואס האט פארטריבן אידן פון גוש קטיף איז א מסור. (זשעי. פאוסט)
- קענסעס: פרוי גערעיפט אין א שול דורך גויאישער רייניגער. (לאקאל מידיע)
- באוקא ראטאון פלארידע: קאמפיין פון טעגליכע פראטעסטען פון ארטיגע אידן קעגן הויז פון דאקטער וואס האלט צוריק גט פון זיין געוועזען ווייב פאר איבער צעהן יאר וואס מאכט איר אן עגונה. - ווידיאו. (הרהורים)
- דעמאקראטישער הויז ספיקער'קע, נענסי פעלאוסי, באשטימט אלס איר הויפט ראטגעבער, א לינקער ליבעראלער אקטיוויסט פון דזשארדזש סאראסס ארגענעזאציע. (פראנט פעידזש)
- טענעסי: דראמאטישער סצענע אין געריכט ווי עדות פארציילט וויאזוי טעקסי דרייווער פארט איבער זיין פאסאזשיר, שרייענדיג אז היטלער האט נישט פארענדיגט זיין זשאב אויסצורייניג]ען די וועלט פון אידן. (די טענעסיען)
- היסטאריע געבראכן: ארץ ישראל קרויןט דאס ערשטע מאל אן אראבער אלס איר פרעזידענט פאר איין וואך. א דרוז. (ניו יארק פאוסט)
- זארג אין אמעריקע מיט מאסן מגיפה פון בין'ען וואס באדראעט וואוקס פון אומצאליגע תבואה. (ניו יארק טיימס)
- יונג איזראעל און אגודת ישראל שיקן בריוו פון 2 ליטווישע גדולים, הרב אלישב און הרב שטיינעמאן צו פרעזידענט דזשארזש בוש, אז ער זאל באפרייען דעם אידישען שפיאן ר' יונתן פאלארד, נישט מן הדין נאר בלויז אלס חסד. (ען.אר.זשי.)
- וויליאמסבורג: גוים שיסן זיך מיט גאןס נאך ווערטער געפערט. (ניו יארק דעילי ניוז)
- בלאגספערע לעבט אויף מיט נייעם וויקי סטייל קאנסערוועפעדיע וואס א גרופע קאנסערוועטיווען אנטוישט פון בייעס אנקעגן רעליגיע, שטעלט איר ציל צו צענזוררירען די ליבעראלע נויגאונג פון וויקיפעדיע לגבי עוועלאשען און וועלט באשפונג דורך א גאט לויט די תורהס ערציילונג. (גארדיאן)
- מאנסי: 5 קאר עקסידענט אויף רוט 59 פארוואונדעט 2. (זשורנאל ניוז)
- מאנסי: רייען קארבן פארטרעט ר' גדליה אבערלענדער אין קארט צו מאכן זיין הויז פאר שטייער פריי אלס דאס אנערקענען פאר א שול. (זשורנאל ניוז)
- יאסי גרין ארבייט שוין 3 יאר אויף א אלבוים וואס וועט אנטהאלטן אלע שטערןס אין חסידישע מוזיק; מרדכי בן דוד; גד אלבז; אברהם פריד; און ליפא שמעלצער וואס יעדע איינער וועט זינגען איין ניגון פון זיינע בעסטע קאמפאזיציעס. (בחדרי חרדים)
- בד"ה: פון ירושלים קומט ביטער בשורה אויפן פטירה פון ר' יוסף בוקסבוים, דער גרינדער און פירער פון מכון ירושלים. (בחדרי חרדים)
- נייער געגענט פאר חרדים אין ירושלים געפלאנט, מיט 11 טויזענט פרישע דירות, טונעל ווערט געגראבן צו טראגן טראנספארט און טראפיק פון צענטער פון שטאט אונטער און אויסצוקראסן אראבישע געגענטער. (בחדרי חרדים)
- באבוב ריזן טענט ווערט געבויט אין פארקינג לאט פון ר' מרדכי דוד אונגערס חסידים. (כאפצעם)
- רבי מענדיל האגער וועט פראווען כ"א אדר שבת יארצייט אין ליזענסק. (בחדרי חרדים)
- ברוקלין: דרוק פון אידישע איינוואונער צו טוישען נאמען פון גאס וואס הייסט נאך אנטיסעמיט. (ניו יארק פרעס)
- קרוין הייטס: אידישע פרוי געכאפט גנבענען ביי לחיים אין זשואיש טשילדרענס מוזיעם. קיינער וויל נישט פרעסן טשארטשעס צוליב הלכה אז מען טאר נישט מאסערן. - בילדער. (קרוין הייט אינפא)