גד אלבז

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

גד אלבז איז א פרומער ספרדישער זינגער, וואס זיינע עלטערן זענען געווארן בעלי תשובה ווען ער איז שוין געווען א גרויס אינגל.

זיינע ניגונים נעמען ארום דאס יוגענט מיט אויסערגעווענליכע התלהבות.

ער טוהט שטארק ארויסברענגען זיין ברען פאר אידישקייט און מאכט א כבוד און קידוש ה' צווישן די פרייע יוגענד, וואס הערן אים שטארק אויס, און ווערן דורכדעם נאנטער צו פראטיצירן אידישקייט.

ספעציעל איז ער אקטיוו אין פראיעקטן פון מאכן שבתים פאר יוגענטליכע, נישט נאר שומרי שבת.

לעצטענס האט ער אנגעפירט מיט א פראיעקט, פון ארומפארן מיט א ספעציעלע פראפאגאנדע אוטאבאס, מיט'ן אויפשריפט 'שבת באס', ווי ער רייזט ארום צו פרייע קעמפס פון אוניווערזיטעטן - לענגאויס ניו יארק און ארום - צו אנווארעמען און רופן צו זיינע שבתים. דאס קומט פאר עטליכע מאל א יאר, און אזוי ארום טוען אסאך נענטער ווערן צום יודישער פאלק, צו אנהייבן היטן שבת, כשרות, און ערליכקייט.

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]