לדלג לתוכן

טשעכיי

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון טשעכן)
טשעכישע רעפובליק
פאן טשעכיי
פאן טשעכיי
סימבאָל טשעכיי
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד: וואו איז מיין היים?
אָרט פֿון טשעכיי
אָרט פֿון טשעכיי
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך טשעכיש
הויפּטשטאָט פראג
רעגירונג פארלאמענטארישע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
פעטר פאוועל
פעטר פֿיאלא
גרינדונג דאַטום
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
78,866 קוואַדראַט ק"מ
116ט
2
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

10,476,543
78סט
132 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $261.777 ביליאן (39סט)
וואַלוטע טשעכיש קארונא
צײַט זאָנע צענטראלער אייראפעישער זייגער
אינטערנעט דאָמען cz.
טעלעפֿאָן קאָד 420+

טשעכײַ, אדער טשעכיע, (טשעכיש: Česko טשעסקאָ, אפיציעל: די טשעכישע רעפובליק) איז אַ לאנד איינגעשלאסן לאַנד אין צענטראַל־אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז פּראָג. דאס לאנד איז פארהאלטנמעסיג קליין קעגן אירע שכינים, זי איז ארומגענומען פון צפון און מערב דורך פוילן און דייטשלאנד, פון מזרח דורך אוקריינע, פון דרום דורך עסטרייך און אונגארן. אזוי ארום קומט אויס אז זי איז פון די לענדער וואס האבן נישט קיין גרעניץ צום וואסער בלויז דורך די טריקעניש. עס געפינט זיך אין איר טייכן ווי דער מאלדאווע טייך אין פראג און דער טייך מאראַווע וואס באהעפט זיך צום טייך דוניי.

דאס לאנד איז פארהעלטנמעסיג ניי, זי איז איינגעטיילט אין די היסטארישע לענדער פון בעהמען און מעהרן.

דער חלק פון בעהמען איז ביים גרענעץ מיט דייטשלאנד, עס אנטהאלט אין זיך די סודעטן און הערץ בערג וואס מישט זיך אויס צווישן דער דייטשער טעריטאריע, און איז ווו באקאנט געווען דער שוועבל אין פייער פארן אויסבראך פון דער צווייטער וועלט קריג. נאצי דייטשלאנד האט זיך זייער געגלוסט צו האבן דאס חלק, קודם צוליב איר געגראפישן טייל, ווייל עס איז ווי איינגעשלינגען אין דער דייטשער טערעטאריע, אויך וווינען דארט א סך רעדנדיגע דייטשן, אויך איז עס א זייער א רייך פלאץ, עס איז רייך מיט אייזן, קופער, בליי, קוילן און אוראניום.

דאס מערסטע וואס די דייטשן האבן געדארפט איז דאס אוראניום, וואס דאס איז א ווכיטיגער באשטאנדטייל צום פארבריצירונג פון אטאמישער ענערגיע.

דער צווייטער טייל פון טשעכיי איז מעהרן, דאס איז מער צו מזרח צו, עס איז א פרוכטבארע געגנט, און גרעניצט זיך מיט עסטרייך.

נאכן קאמף פון מאהאטש אין יאר ה'רפ"ו ביז יאר ה'תרע"ח איז דאס קעניגרייך פון בעהמען געקומען אונטער דער אויפזיכט פון דער עסטרייכישער אימפעריע, באקאנט מיטן נאמן מדינת קיר"ה. ביז זי איז געווארן איין לאנד צוזאמען מיט סלאוועקיי, מען האט איר דעמאלט גערופן טשעכאסלאוואקיי דאס האט אנגעהאלטן ביז די קאמוניזם איז צעפאלן, היינט זענען זיי איינגעטיילט אין צוויי באזונדערע מדינות טשעכיי און איר שכן סלאוואקיי.

נאכן צווייטן וועלט קריג איז טשעכאסלאוואקיי געפאלן אונטער דעם שאטן פון קאמוניזם, סטאלין האט געהאלטן אז אזוי ווי די רוסישע מיליטער האט באפרייט די טשעכן פון דעם נאצישן יאך קומט איר אלץ.

דאס לאנד האט צום מערסטן געליטן איר חלק פון דעם רוסישן קאמוניזם, ווען אלכסנדר דובטשיק האט אין יאר געוואלט רעוואלטירן קעגן דעם רוסישן בער, דעמאלט זענען די רוסישע טאקנען אריינגעפארן אין פראג און געמאכט דארט א שחיטה.

דאס היינטיגע לאנד פון טשעכיי איז געווארן אין 1993 ווען טשעכאסלאוואקיי האט זיך צעטיילט. דער ערשטער פרעזידענט איז געווען וואצלאוו האוועל.

די טשעכישע לאנדשאפט איז פארשיידנארטיק. בעהמען, אין מערב, באשטייט פון א בעקן דרענירט פון די עלבע (טשעכיש: Labe) און מאלדאווע טייכן, ארומגענומען מיט נידעריגע בערג, ווי די קראקנאשע קייט פון די סודעטעס. דער העכסטער פונקט פונעם לאנד, סנעזשקע, ביי 1,602 מעטער, געפינט זיך דא. מעהרן, דער מזרח טייל פון לאנד, איז אויך גאנץ בערגיק. ער ווערט דרענירט בעיקר דורכן טייך מאראווע, אבער אנטהאלט ער דעם קוואל פונעם אדער (טשעכיש: Odra).


סקאדא אויטא איז פון די גרעסטע אויטא פאבריצירערס אין צענטראל אייראפע.

טשעכיי האט אן אנטוויקלט,[1] הויכער איינקונפט עקאנאמיע[2] מיט א GDP פער מענטש 82% פונעם דורכשניט פארן אייראפעישן פארבאנד.[3]

דאס לאנד געהערט צו דער שענגען זאנע, אפגעשאפן די גרענעץ קאנטראלן מיט די שכנותדיגע לענדער, דייטשלאנד, עסטרייך, פוילן און סלאוואקיי, אום 21סטן דעצעמבער 2007.[4] טשעכיי איז א מיטגליד אין דער וועלט האנדל ארגאניזאציע.

די מערסטע באקאנטע טשעכישע קאמפאזיטארן זענען אנטאנין דווארזשאק, בעדריך סמעטענע, גוסטאוו מאהלער און לעאש יאנאטשעק.


אזוי ווי אין גאנץ אייראפע, האבן אידן געוואוינט אין דעם לאנד פאר הונדערטער יארן. די הויפטשטאט פון מדינת בעהמען איז געווען פראג וואס איז איינע פון די עלצטע און שענסטע שטעט אין אייראפע, אין פראג האט שטענדיג אן עקזיסטירט א בליענדע אידישע קהילה, אין דער מיטל אלטער[פֿעלט אַ מקור] האבן די אידן געוואוינט אין א געטא, מען קען נאך היינט זען סימנים און צייכענונגען פון ווי ביז ווי עס איז געווען די געטא.

אין פראג האבן געדינט גרויסע מענטשן פון כלל ישראל אלץ רבנים און פרנסי הקהלה, ווי רבי יהודה ליווא דער מהר"ל מפראג, דער עוללות אפרים, רבי יהונתן אייבשיץ, רבי יחזקאל לאנדא דער נודע ביהודה. עס געפינט זיך אין די שטאט איינע פון די עלטסטע שולן אין אייראפע דאס הייסט דער אלטניי שול אינעם חצר פון דעם שול איז דא דער בית החיים פון א סך פון זייערע רבנים ליגן, דער בית החיים איז נאך ארגינאל נישט בארירט אין די מצבות שטייען אין א רייע שיינערהייט.

אין בעהמען איז אויך דאס די באוואוסטע באד ערטער קארלסבאד און מארינבאד, וואס א סך צדיקים און רבי'ס, גאונים און ראשי ישיבה פון פוילן, אונגארן, רוסלאנד פלעגן קומען אהין צוזאמען טרעפן און וויילן אויף אפרו.

אין מעהרן האט אויך עקזיסטירט שיינע אידישע קהילות, פון די באוווסטע צווישן זיי איז די הויפטשטאט ניקאלשבורג. אין דעם שטאט האט געדינט דער רבי ר' שמעלקע פון ניקאלשבורג.

אזוי ווי אין אלע שטעט דורכאויס אייראפע האבן אידן געליטן אין בעהמען מעהרן, פון צרות און פיין, עס איז באקאנט אין די היסטאריע פון די מרושעת קעניגן טערעסא וואס האט אויסגעטיילט פיין און צרות פאר אידן, חוץ אין די צייטן פון פראנז יאסעף איז געווען דארט גוט פאר אידן, און אין איר ה'תר"ם האט ער געגעבן גלייכבארעכטיגונג פאר אידן.

פאר'ן צווייטן וועלט קריג האבן דארט געוואוינט 400.000 אידן, וואס כמעט אלע זענען גע'הרג'ט געווארן, נאכן קריג שאצט מען איז איבערגעבליבן קרוב צו 50.000 אידן פון טשעכיי.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טשעכיי



  1. Getting to know Czech Republic (ארכיווירט 19.07.2014 ביי דער Wayback Machine), from Czech.cz, the official site of the Czech Republic
  2. World Bank 2007. Web.worldbank.org. דערגרייכט דעם 2010-04-25.
  3. GDP per capita in PPS. Eurostat. דערגרייכט דעם 2009-06-25.
  4. Czech Republic to join Schengen. The Prague Post (‏2006-12-13). ארכיווט פון דעם אריגינאל דעם 2008-02-25. דערגרייכט דעם 2007-10-08.