שענגען זאנע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

██ שענגען זאנע

██ געזעצלעך פארפליכטעט מיטטיילן

די שענגען זאנע נעמט איין די טעריטאריעס פון 26 אייראפעאישע לענדער וואס האבן געחתמ'עט דעם שענגען אפמאך, וואס מאכט אוועק מיט גרענעץ־קאנטראל צווישן די לענדער. קאנטראל בלייבט ביי די גרענעצן צווישן שענגען לענדער און נישט־שענגען לענדער.

די היינטיגע מיטגלידער פון דער שענגען זאנע זענען אונגארן, איטאליע, איסלאנד, בעלגיע, גריכנלאנד, דייטשלאנד, דענמארק, האלאנד, טשעכיי, לוקסעמבורג, ליכטנשטיין, ליטע, לעטלאנד, מאלטא, נארוועגיע, סלאוואקיי, סלאוועניע, עסטלאנד, עסטרייך, פארטוגאל, פוילן, פינלאנד, פראנקרייך, שפאניע, שווייץ, שוועדן. די זאנע באדעקט א שטח פון 4,312,099 קוואדראט ק"מ מיט א באפעלקערונג פון 400 מיליאן מענטשן.