פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 נאָװעמבער 24
מראה
- דערהיינטיקונגען פון נסיעה און חתונה פון סאטמאר (ארונים) - וויזניץ (ר' ישראל האגער) אין ארץ ישראל
- וויליאמסבורג חב"ד רב און הויפט לאקאלער שליח, ר' קותי פעלדמאן ליינט קריאת התורה, ראש חודש כסליו אויפן עראפלאן מיט סאטמאר רבי - ר' אהרן טייטלבוים'ס מנין, פארנדיג קיין ארץ ישראל מיט ספר תורה פון סאטמאר חברה קדישא געברענגט מיט זיך פון קרית יואל. - בילדער. [1]
- סאטמארער רבי, ר' אהרן טייטלבוים באזוכט ר' משה יודא לייב לאנדא בני ברק שטאטס רב אין זיין שטוב - בילדער. [2]
- פארדעכטיגטער טעראריסט, שטעכט שומר ביי גרויסע סאטמאר - וויזניץ רעבישע חתונה אין בני ברק [3]
- עלעקטעריציטעט האלט אין איין קראכן. [4]
- רבנים פון איבער אייראפע קומען זיך צוזאם אין גיבראלטאר, צו גרינדען בית דין פאר גאנץ אייראפע ווי עס איז נישטא קיין געהעריגע לאקאלער בית דין אלס הויפט רב איז אויפגענומען ר' חנוך ערנטרוי פון לאנדאן, גיבראלטאר אידישער קהילה וואס רעכנט 700 מענטשן געשטארקט פון די באזוך פון אזויפיל רבנים צווישן זיי. [5]
- ערשטער ארבעטער פרנסה צענטער פאר חרדים, דערעפנט אין ירושלים מיט פינאנציעלער הילף פון מדינת ישראל און די דזשוינט, רוב רבנים זענען דערקעגן אדער שווייגן, אחוץ דעם בעלזער רב וואס האט אויפגעפאדערט זיינע חסידים גיין ארבעטן. [6]
- הסדר ישיבה תלמידים וואס דינען אין צהל שרייבן אז זייער קאמאנדיר, זון פון רב וואס איז אחריות אויף די הסדר בחורים אין מיליטער רעקרוטינג, האט זיי געצווינגען צו חילול שבת. [7]
- ניו זערסי: די ישיבה אין רוזוועלט וואס שטייט אויס צו לאנגע רדיפות ווערט אטאקירט פון פארב באל אטאקע. [8]
- פייוו טאונס: פאליציי פארשט ווער האט געשיקט טויט דראונג בריוו אהיים פרומער איד וואס דינט אויפן סקול בארד [9]
- רבנות אין ירושלים זאגט אפ צו געבן אן הכשר אויף די כשר מקעדאנעלד געשעפט, ווילאנג זיי פארקויפן נאך טריפה אפילו נאר אין איין געשעפט אין הייליגען שטאט ירושלים. [10]
- פאליטישע דעבאטע פון חרדישע הייד פארק פארום כל העולם כולו: ווער איז בעסער פאר אונז אידן?: די ראפאבליקאנער מיט אירע שלעגערישע אנטי אראבישע און פרא רעליגיע פאליסיס, אדער די דעמאקראטען מיט אירע ליבעראלע פאליסיס? [11]
- אנאליז: אנגעבליכער חב"ד בלאגער, ר' הירשל ציג געבט אויף האפענונג אויף נארמאלקייט, לויט אים, אין חב"ד, צוליב דעם צוריקשטעלן פון די יחי שילד אין 770. [12]
- ניו סקווירא: עקסידענט ווען קאר פארט ווייטער, אין מאנטל פון פרוי איז נאך פארקלעמט אין טיר, זי איז געשלעפט געווארן א שטיק מהלך אויף די ערד. [13]
- מאנסי: באוואפענטער רויבעריי, אין גראסערי. שומרים און חברים זיכן פארברעכערס. [14]
- מחלוקת סאטמאר: זאליס צייטונג: דער איד אין עדיטאריעל באשולדיגן די ארונים אין מסירה קעגן קווינס ישיבה. [15]